לדלג לתוכן

יום כיפור מלחמה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אגראנט קאמיסיע)

יום כיפור מלחמה איז געווען די מלחמה צווישן ישראל קעגן מצרים אונד סיריע מיט די הילף פון יארדאניע און איראק. די מלחמה האט אויסגעבראכן יום כיפור י' תשרי ה'תשל"ד (דעם 6טן אקטאבער 1973) 2 א זייגער מיטאג פון צוויי פראנטן: סיריע פון רמת הגולן און מצרים פונעם סועץ קאנאל. די מלחמה האט זיך געענדיקט כ"ט תשרי מיט א פייער שטילשטאנד דורך דעם זיכערהייטס ראט.

די אורזאכן פון דער מלחמה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך וואס ישראל האט ביי דעם זעקסטאגיקער מלחמה איינגענומען ריזיקע שטחים פון מצרים און סיריע (רמת הגולן, סיני אא"וו) און נאך וואס ישראל האבן זיך באזעצט ביי דעם סועץ קאנאל, האבן די אראבער געוואלט צוריק קאנטראלירן אויף זייערע שטחים, און צובריינגען ישראל צו פארהאנדלען מיט זיי וועגן דעם.


מצרישע סאלדאטן שניידן דורך דעם סועץ קאנאל

די מלחמה אויפן דרום פראנט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די עגיפטישע זעלנער זענען אריבער דעם סועץ קאנאל, און געקעמפט קעגן די סאלדאטן פון צה"ל, וואס האבן זיך געפונען אין פעסטונגען, וואס מען האט גערופן חיים בארלעוו ליניע, אויפן נאמען פונעם שעף פון גענעראל שטאב, חיים בארלעוו. רוב פון די ישראל זעלנער האבן זיך אונטערגעגעבן יו"כ, איין באפעסטיגטע בונקער איז געבליבן, כמעט ביזן ענדע פונעם מלחמה, און זיי האבן זיך נישט אונטערגעגעבן, דער קאמאנדיר האט גערעדט מיט די גענעראל אויף יידיש, ווייל די עגיפטער האבן זיך צוגעהערט.

די פינעף דיוויזיעס פונעם עגיפטישע ארמיי, זענען אריין צען קילאמעטער טיף, אינעם סיני האלבאינזל, ישראל האט פרובירט מאכן א קאנטער-אטאקע, און צוריק שטויסן די עגיפטישע קרעפטן, עס איז שרעקליך דורכגעפאלן, די עגיפטישע זעלנער זענען געווען אויסמושטירט מיט ראקעטן קעגן טאנקען, און מיסלען קעגן עראפלאנען, דאס האט צוגעברענגט צו אסאך אומגעקומענע, אדער געפאנגענע.

עס האט געדויערט עטליכע טעג ביז ישראל האט זיך אריענטירט, און אנגעפאנגען מיט א געניטע מאנעווער, וואס ביז היינט שטודירט מען דאס, אין מיליטערישע שולן.

די עגיפטן זענען געווען צוטיילט אין דריי ארמייען, די ערשטע ארמיי איז געבליבן אויפן מערב זייט פונעם סועץ, די צווייטע ארמיי אין צפון טייל פון סיני, און די דריטע ארמיי אין דרום טייל פונעם סיני, און די צוויי גענערעלער אריק שרון, און אברהם יפה, האבן זיך גענומען שניידן אין דערמיט צווישן די צוויי ארמייען, און נאך בלוטיקע קאמפן פון פנים קעגן פנים, האבן זיי באוויזן זיך דורכצורייסן. די אינזשענירŸ אפטיילונג איז אנגעקומען, זיי האבן אויפגעשטעלט בריקן אויפן סועץ און זיי זענען אריבער צו עגיפטן, דארט האבן זיי אויפגעריסן די מיסילס קעגן אעראפלאנען, אזוי האבן די עראפלאנען צוריק געקענט אטאקירן, אן מורא פון ווערן אראפגעשאסן, לויטן פלאן האט שרון געצויגן קיין דרום, אזוי ארום באלאגערן די דריטע עגיפטישע ארמיי, וואס אין די ענדע האט עס געהאט הצלחה, און די עגיפטישע האבן אנגעפאנגען הונגערן, און זיך אונטערגעבן, האבן געמוזט איינשטימען צום פייער אפשטעל,


די מלחמה אויפן צפון פראנט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען די סירישע קרעפטן, האבן אינוואדירט די גולן הויכן, איז דער גולן געווען אפן פאר זיי, די כמעט ליידיקע פאזיציעס, האבן געגעבן די סירישע ארמיי, א טעריטאריע, ווי א רייף עפל אין האנט אריין, די סירישע האבן שנעל פראגרעסירט אינעם גולן, אן א ווידערשטאנד, די אויגן פונעם לאנד, ווי הר חרמון איז גערופן, האבן די סירישע אויך איינגענומען.

דער וואס האט צוריק געהאלטן די סירישע צו מאכן פארשריט, איז באוויסט געווארן נאכן קריג, צביקה גרינגאלד, אדער מיטן צונאמען צביקהס כח, ער איז געווען א קאמאנדיר אויף דריי טאנקען, ביים אויסבראך פונעם מלחמה, און פאר 36 שעה איז ער מיט זיינע טאנקען, ארומגעפארן אינעם גולן, צוריקהאלטנדיק דעם פראגרעס פון דער סירישער ארמיי, און צו מאכן א רושם, פלעגט ער ארויף און אראפ פארן פון פאזיציעס, כדי די סירישע זאלן מיינען אז עס רעדט זיך פון מערערע טאנקען, ער האט צוריק געהאלטן צוויי געפאנצערטע דיוויזיעס, ער איז עטליכע מאל פארווונדעט געווארן, און נאכן פארווונדעט ווערן, איז ער צוריק קעמפן. ווען יארדאנישע און איראקישע קרעפטן האבן אטאקירט ישראל קרעפטן, האט ישראלס קאנטער-אטאקע, אריבער געטראגן די קאמף אין סיריע זעלבסט, און ישראל האט זיך גענומען מארשירן קיין דמשק.

נאך דער מלחמה האט זיך אנגעפאנגען די דיפלאמאטישע מלחמה. ישראלער און עגיפטישע רעפרעזענטאטן האבן אונטער געשריבן אויף א פייער אפשטעל, דעם 11טן נאוועמבער, אויפן פלאץ וואס איז גערופן געווארן קילאמעטער 101, דארט האט מען איינגעשטימט אויף א געפאנגענע זעלנער אויסטויש, און צושטעלן שפייז, און מעדיצינען פאר דער פארכאפטער דריטער עגיפטישער ארמיי, פיר טעג נאכדעם האט ישראל צוריק באקומען 233 געפאנגענע, און עגיפטן האט צוריקבאקומען בערך 8,300 געפאנגענע.

אויפן 17טן יאנואר 1974, האבן די דריי לענדער אונטערגעשריבן א צווישנשייד צווישן די קרעפטן, און ישראל האט אפגעגעבן די איינגענומענע טעריטאריעס פון דעם קריג, אין צוגאב צו דעם קונייטערע געגנט אינעם גולן וואס איז זעכציג קילאמעטער, האט ישראל געגעבן די פאראייניגטע פעלקער, ווי שלום טרופן זענען געשיקט געווארן, אפצוטיילן צווישן די קרעפטן.

אינעם סיני האט ישראל זיך צוריק געצויגן 20 קילאמעטער מזרח פונעם סועץ קאנאל, און עגיפטן איז ערלויבט געווארן צו האלטן דארט אירע קרעפטן, מיטן באדינג אן קיין שטארק באוואפנטע כוחות, אויך אינעם סיני האבן שלום היטערס פון דער יו ען, אפגעטיילט צווישן די כוחות.


די סאוועטן פארבאנד האט געשיקט הילף און געווער, צו די אראבישע לענדער אינעם ראיאן, אבער די אפעקט פונעם קריג, אויף אנוואר סאדאט, פרעזידענט פון עגיפטן, האט גענייגט צו אמעריקע, זענדיק אז שליכטן דעם קריזיס וועט נישט ארבעטן מיט כח.

ישראל האט באקומען אסאך הילף פון אמעריקע, נאכדעם וואס הענרי קיסינזשער, האט פארלאנגט פון ניקסאן, צו געבן הילף פאר ישראל, וואס לויט געוויסע מיינונגען, האט עס געראטעוועט ישראל פון צאמפאלן.

די מלחמה ווערט פארעכנט אלס א באזונדערע שווערע מלחמה, צוליב דעם וואס ישראל איז דורכגעפאלן מיט זייער מיליטער פארשטאנד און די מלחמה האט אויסגעפלאצט פלוצעמדיק אומדערווארטנדיק. אויך זיינען אומגעברענגט געווארן א סך פון ישראל זייט (2,222) און פיל מענטשן האבן אין אנהייב פארדאכט אז ישראל גייט אונטערגיין (ווי צב"ש דער זיכערהייטס מיניסטער, משה דיין, האט געזאגט אז די מלחמה איז דער דריטער חורבן הבית). אבער במשך די מלחמה האט זיך צה"ל געשטארקט און מצליח געווען צוריק קאנטראלירן אויף סיני און אויף א טייל פונעם הר חרמון. אין די אראבישע זייט זיינען געשטארבן 15,000 מענטשן.

די אפע"ק, האט פארמינערט די שעפן אויל פון די גאז קוועלער, וואס האט צוגעברענגט צו אן אויל קריזיס, איבער דער גאנצער וועלט, ספעציעל די לענדער, וואס האבן אפן דערקלערט שטיצע פאר ישראל, אזוי ווי האלאנד.

צוליב דעם דורכפאל פון דעם ישראלישן מיליטער פארשטאנד האט מען אויפגעשטעלט כ"ו חשוון די אגראנאט קאמיסיע צו פארשן אט דעם דורכפאל. די קאמיסיע האט צו געברענגט צו דערווייטערן עטלעכע הויכגעשטעלטע סאלדאטן, און צום רעזיגנירן פון דער פרעמיער מיניסטערין גאלדא מאיר און דער שעף פון גענעראל שטאב דוד אלעזר, און אלי זעירא, הויפט פון מיליטער פארשטאנד.