אברהם ראפאפארט
מראה
געבורט |
1908 ה'תרס"ט | |
---|---|---|
טויט |
1973 (אלט 65 בערך) ח' תשרי תשל"ד | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
טעטיקייט ארט | לאנדאן | |
באשעפטיגונג | דיינות | |
אמטן | רב, מגיד שיעור | |
זיינע רביס | דוד בליאכער, אברהם יפה'ן, יחזקאל אבראמסקי | |
חיבורים | שו"ת באר אברהם | |
הרב אברהם ראפאפארט (ה'תרס"ט, 1908 - ח' תשרי תשל"ד, 1973) איז געווען א דיין אינעם לאנדאנער בית דין פון ק"ק כנסת ישראל, די ארטאדאקסישע קהילה אין לאנדאן.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב אברהם איז געבוירן געווארן אין אוקראינע אין תרס"ט. ער האט געלערנט אין נאווהארדאק. אין תרצ"א האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן און האט באקומען א רבנות שטעלע אין דער חב"ד שול אין דעם איסט ענד פון לאנדאן. אין תש"ו איז ער געווארן א מגיד שיעור אין דער עץ חיים ישיבה (וואו רבי אליה לאפיאן איז געווען ראש ישיבה).
אין תשי"ג האט מען אים באשטימט א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין.
ער איז נפטר געווארן אין לאנדאן אין תשל"ד און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר הזיתים.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער:
- הרב בצלאל ראפאפארט אין בירושלים
- הרב ברוך ראפאפארט, זייט תשמ"ח א דיין אין דעם יאהאנעסבורג בית דין
- הרב יעקב מרדכי ראפאפארט, ראש ישיבה פון "לב אריה" אין ירושלים
- די ווייב פון הרב יהושע קארלינסקי, ראש כולל פון "באר אברהם" (אויפן נאמען פון הרב אברהם ראפאפארט) און ראש ישיבה פון "נחלת אשר" אין ירושלים.
ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שו"ת באר אברהם