לדלג לתוכן

אברהם פערסטער

פֿון װיקיפּעדיע
אברהם פערסטער
געבורט 1976 (אלט 48 בערך)
ה'תשל"ו
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם יוסף פֿערסטער (געבוירן: ה'תשל"ו) איז א געוועזענער זשורנאליסט און ראדיא פערזענליכקייט ביי דער פרומער געמיינדע אין ישראל.

ער איז געבוירן צו א בעלזער משפחה אין ירושלים אין יאר ה'תשל"ו. זיין פאטער מרדכי האט געדינט אלס ראטסמאן אין ירושלים, פון דגל התורה.

ער איז אלע יארן געווען אקטיוו אינעם חרדישן לעבנסשטייגער. ער האט געדינט אין משפחה, א שטיק צייט האט ער אנגעפירט די גרויסע בעלזער שול אין ירושלים.

ער איז יארן לאנג געווען א פראמינענטער פיגור אויף דער חרדישע ראדיא סטאנציע קול חי וואו ער פלעגט געבן לעבעדיגע רעפארטאזשן ווי אויך אינטערוויוס מיט פערזענליכקייטן, ווי צום ביישפיל איז ער געווען דער ערשטער צו אינטערוויואירן הרב אמנון יצחק.

אין די לעצטערע יארן איז ער געווארן מער און מער ליבעראל ביז אום ה'תשע"ד איז ער אפיציעל אפגעפארן פונעם פרומען וועג צוזאמען מיט זיין ווייב און אכט קינדער.