אברהם ישכר בער אביגדור
רבי אברהם ישכר בער אביגדור זצ"ל (ה'תקצ"ב - י"ב אלול ה'תרפ"א), רב אין טערוויע וואלאסק.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם ישכר בער איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ב, צו זיין פאטער הרב יעקב אביגדור, רב אין פודקאמין און בראד.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרי"ד האט מען אויפגענומען רבי אברהם ישכר בער אלס רב אין טערוויע וואלאסק א קליין שטעטעלע נעבען לינסק. רבי אברהם ישכר בער איז געווען דארט רב אומגעפער זעכציג יאר, און געזעצען דארט און געהארעוועט אין לערנען. מען האט אים געהאלטן פאר א העכערע מענטש (בעל מדרגה) און א בעל מקובל, און מען פלעגט אים אפגעבען קוויטלעך.
רבי אברהם ישכר בער האט נאך אריינגעכאפט צו פארן צום שר שלום פון בעלזא, און אן עקסטערע ליבשאפט האט צו אים ארויסגעוויזען די צדיקים צו וועמען ער פלעגט פארן, דער צאנזער רב, רבי אליעזר'ל דזשיקאווער און רבי דויד'ל דינאווער. רבי הערשעלע ליסקער אין דער שינאווער רב זענען געווען פון זיינע נאנטע גוטע פריינד.
ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי אברהם ישכר בער אנטלאפן קיין פראג ביז נאך די קריג, נאכהער איז ער צוריק געקומען קיין טערוויע.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם ישכר בער איז נפטר געווארן י"ב אלול ה'תרפ"א.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם ישכר בער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בריינדל א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ רב אין לינסק. זייערע קינדער:
- הרב חיים צבי נפתלי שפירא הי"ד, פון קאלשין. ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט איבער הונדערט נפשות פון זיין פאמיליע.
- הרב מנחם מענדל הורוויץ, פון קראקא.
- מרת ברכה הי"ד. . הרב שמואל שמעלקא הורוויץ הי"ד. . הרב נחום הורוויץ הי"ד.
- מרת בילא, די ווייב פון הרב יוסף בוימעהל.
- הרב יוסף הורוויץ, פון לימאנאוו.
- הרב מאיר הורווויץ הי"ד, אין דראהאביטש.
- מרת שיינדיל די ווייב פון הנגיד הרב שלום ליבערמאן פון זאלקאווא.
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חיה רחל הי"ד, א טאכטער פון הרב דוד העלער, זי איז אוועק געפירט געווארן פון דראהאביטש אין חודש תמוז ה'תש"ב. זייערע קינדער:
- הרב יעקב אביגדור (כ' אדר ה'תרנ"ו - י"ח אדר ב' ה'תשכ"ז) רב אין דראהאביטש און באריסלאוו, נאכהער אין מעקסיקא.
- מרת שרה הי"ד, די ווייב פון הרב מנחם מענדל פרענקל הי"ד, פון דינאוו, זיי זענען אומגעקומן אין יאר ה'תש"ב, אין דאמבראמיל.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר