אברהם ווערדיגער
מראה
אברהם ווערדיגער (6טן מיי 1921 - 27סטן נאוועמבער 2013) איז געווען א ישראלישער פאליטיקער, איינער פון די פירער פון פועלי אגודת ישראל. ער האט געדינט ווי אוויצע-מיניסטער אין דעם מיניסטעריום פאר ירושלימער ענינים, און איז געווען א כנסת דעפוטאט פון די פועלי אגודת ישראל, מורשה, אגודת ישראל און יהדות התורה פארטייען. ער איז געווען פארזיצער פונעם דירעקטאריום פון דער פאג"י באנק.