אבי בנימין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אבי בנימין

אבי בנימין (געב' 3טן מערץ 1959) איז אַ ישראלדיקער קאָמפּאָזיטאָר.

ביאָגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אבי בנימין איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען "אבי נעדזוועצקי" אין 1959 אין דער הויפּשטאָט פון עסטלאַנד, טאלין. די אומגאַנג-שפּראַך איז אין דער משפּחה געווען ייִדיש. דער קומענדיקער קאָמפּאָזיטאָר האָט זיך געלערנט אין דער טאַלינער קאָנסערוואַטאָריע און אין דער מוזיק-אַקאַדעמיע. אבי נעדזוועצקי האָט געאַרבעט אַלס מוזיקאַלער אָנפירער פונעם טאַלינער דראַמע-טעאַטער. אין סוף 80ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט האָט ער מיטגעאַרבעט מיטן מאָסקווער יוגנט-טעאַטער, פאר וועלכן ער האָט אָנגעשריבן דעם מיוזיקל "Good Bye America ", וועלכער איז ניט אַראָפּ פון דער בינע במשך פון עטלעכע יאָרן. אין דער זעלבער תקופה האָט ער אָנטיילגענומען אין דער שטעלונג פון מוזיקאַלער פּיעסע "מסעות בנימין השלישי" לויט מענדעלע מוכר-ספרימען אינעם מאָסקווער טעאַטער "ערמיטאַזש". די פּיעסע, וועלכע איז געגאַנגען אויף רוסיש מיט לידער אויף ייִדיש און אויף לשון-קודש איז געוואָרן אַ רוף צו דעם סאָוועטישן ייִדנטום עולה זײַן קיין ישראל.

אין 1991, בעת דער מלחמה אינעם פּערסישן אײַנגוס איז אבי נעדזוועצקי עולה געווען און ער האָט זיך באזעצט אינעם קיבוץ נווה-איתן ניט ווײַט פון בית שאן. שפּעטער האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין ירושלים, אין גיכן נאָך דעם איז ער געוואָרן דער קאָמפּאָזיטאָר פונעם טעאַטער "גשר". דעריבער איז ער אַריבערגעפאָרן קיין תל-אָביב, וווּ ער וווינט ביז איצט. אבי בנימין האָט אָנגעשריבן מוזיק פאַר צענדליקער שטעלונגען פון "גשר" לויט ווערק פון ישראלדיקע און אויסלענדישע שריפטשטעלער, צווישן זיי – לויט איבערגעזעצטע פון ייִדיש יצחק באשעוויס זינגערס "שאָשע" און "דער קנעכט", ווי אויך צו פילמען. באַנאַנד מיט דער אַרבעט אין "גשר" אַרבעט אבי בנימין מיט מיט אַנדערע טעאַטערן, בתוכם מיטן תל-אָביבער טעאַטער "ייִדישפּיל", פאַר וועלכן ער האָט אָנגעשריבן מוזיק צום מוזיקאַלן ספּעקטאַקל "געבירטיג - אַ האַרץ, וואָס בענקט נאָך לידער" וועגן דעם דיכטער מרדכי געבירטיג.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאָס וועב-זײַטל פון אבי בנימין (ענגליש) - http://avi-channel.com/

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אבי בנימין