לדלג לתוכן

יואל וועבער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אבא חנה ריבקין)

ר' יואל וועבער אדער וויאזוי מען רופט אים יואלי פעטער וועבער צוליב די פילע יואלי'ס וואס די וועבער משפחה פארמאגט און ער איז דער איינציגסטער פעטער.

די וועבער משפחה זענען פון די פירנדע פיגורן אין פאפא חסידות. זייער פאטער דער ראש המשפחה ר' יודל וועבער א שוואגער פון ר' יוסף גרינוואלד פאפא רב, איז געווען דער לאנגיעריגער בעל תפילה און ראש ישיבה אין פאפא. זיינע זין און טעכטער פארנעמען אלע פירנדע פאזיציעס אין דעם היינטיקן חרדישע עולם העסקנות. ר' יואל איז דאס יונגסטע קינד וואס דינט אלס ראש העסקנים פאר פאפא, תולדות אברהם יצחק און מאה שערים שטיבלאך.

ער האט מלכתחילה געלערנט אין קלויזענבורגער ישיבה אבער ער איז שטארק קנאיש געשטימט און איז טאקע אן איידעם ביי א סאטמארער משפחה אין ירושלים.

ער איז דער ירושלים קארעספאנדענט פאר דער חרדישער יידישער צייטונג נייעס באריכט .זיינע העכסט דראמאטישע רעפארטאזשן וועגן מיטל מזרח קאנפליקט ווערן געליינט דורך טויזנטער מיט דורשט אונטערן קאלום פונעם פענע נאמען י. ירושלמי. אויך האט ער אנדערע נעמען ווי אבא חנה ריבקין (אזא שפיל ווייל ער האט א טאכטער וואס הייסט חנה רבקה...) און נאך.

ער דינט אויך ווי א בילדער רעפארטער פאר א סך חסידישע הויפן אריינצושטעלן זייערע בילדער פראמינענט אין די וועכנטלעכע בילדער-מאגאזין פון ארץ ישראל.