שבתע־נאכט
פֿון װיקיפּעדיע
שבתע־נאכט אדער שבת־צו־נאכט (ארויסגגערעדט "שפייזצענאכט") אדער אויף לשון־קודש מוצאי שבת, מוצש"ק מיינט די נאכט נאך שבת, פון ווען ס'ווערט פינסטער ביז זונטאג אינדערפרי. ביי יידן מאכט מען הבדלה, מען טאר נישט עסן פאר הבדלה.
כדי צו וויסן ווען ס'איז אויס שבת דארף מען קוקן אין הימל און זען דריי קליינע שטערן. טאמער ס'איז איבערגעוואלקנט און מען קען נישט זען די שטערן אין הימל, דארף מען זיין פארזיכערט אז ס'איז שוין גוט פינסטער אינדרויסן. היינטיקע צייטן חשבונ'ט מעו די זמנים און מען דרוקט זיי אין א לוח. ס'איז אויך פארהאן קאמפיוטער פראגראמען וואס פירן אויס דעם חשבון.
אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.

