שלש סעודות
פֿון װיקיפּעדיע
שלש־סעודות איז די לעצטע שבתדיקע סעודה צװישן די דרײ שבתדיקע סעודות װאס מען דאַרף עסן לויט דער הלכה במשך דעם שבת. גלײך װי די ערשטע צװײ סעודות, אױך שלש סעודות דארף מען עסן המוציא, אבער פון דעסטװעגן איז די סעודה גרינגער װי די אַנדערע צװײ, און בדיעבד (ענגיק) קען מען יוצא זיין מיט פירות אדער מיני מזונות, װי למשל האָבן די חזל באַשטימט פאַר אָרעמע־לײַט װאס האָבן ניט קײן געלט צו קױפן פאר שלש סעודות: "עשה שבתך חול ואל תזדקק לבריות", אנדערש װי די ערשטע צװײ סעודות, װאָס פֿאָדערן יאָ צו זײַן אָפּהענגיק צו אַנדערע.
חסידים זײַנען זיך נוהג צו ארײנשלעפן דעם שלש סעודות טיפער אין דער נאַכט.
נאך שלש סעודות קומט מלווה מלכה.
| סדר פון שבת | ||
|---|---|---|
| ערב שבת | לעכט בענטשן • וואכעדיקע מנחה | |
| פרייטיג צונאכט | קבלת שבת • תפילת ערבית של שבת • סעודת ליל שבת | |
| שבת בייטאג | תפילת שחרית של שבת • תפילת מוסף של שבת • סעודת יום שבת • תפילת מנחה של שבת • שלש סעודות | |
| מוצאי שבת (שבתע נאכט) | וואכעדיקער מעריב • הבדלה • מלווה מלכה | |