אליהו הנביא
פֿון װיקיפּעדיע
אליהו הנביא (אויך אליהו התשבי און אליהו הגלעדי) געוועזן א נביא, געוואוינט אין "גלעד".
דער חת"ם סופר שרייבט אין א פלאץ אז עס זענען פארהאן צוויי אליהו הנביא'ס. {פעלט הסברה}
[בעאַרבעטן] אליהו באווייזט וווּנדער
אין די צייטן פון אחאב דער קעניג פון מלכות ישראל, ווען אחאב האט אנגעהויבן דינען עבודה זרה, האט אליהו אויסגערופן אז עס וועט קומען א טרוקנהייט אין לאנד, און אזוי איז טאקע געוועזן במשך דריי יאר, אליהו האט בדרך נס געהאט די גאנצע דריי יאר עסן און טרינקען.
אין תנ"ך שטייט נישט ווער איז געוועזן אליהו הנביא, פון וווּ ער שטאמט אא"וו. אויך ווערט געבריינגט זיינע אומנאטורלעכע כוחות צו מאכן ניסים. און דערפאר איז דא א ווערסיע אז ער איז געוועזן א מלאך. דערפאר איז אנגענומען צו דערציילן אויף אים פיל מיסטישע געדאנקען:
- ס'שטייט אין נביא (ספר מלכים פרק ב') אז ער איז נישט געשטארבן נאטורליך, נאר איז ארויף מיט א פייערדיקע שטורם אין הימל.
- מען זאגט אז ער וועט מגלה זיין פאר כלל ישראל אויפן ביאת המשיח.
- זיין גייסט קומט אין פארשיידענע הייליקע פייערונגען, ביים פסחדיקן ליל הסדר און ביי א ברית מילה.
- מען זאגט אז ער אנטפלעקט זיך פאר צדיקים.
- מען זאגט אז ער וועט פארענטפערן אלע איבעיות אין גמרא.

