רפאל פינקל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ד"ר רפאל פֿינקל איז א קאָמפּיוטער־װיסנשאַפֿט פראפעסער אין די אוניווערסיטעט פון קענטאקי, ער איז וועלט באוואוסט פון זיין יידיש קלאוויאטור.

ייִדיש־שפראך קלאַװיאַטור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ייִדיש־שפראך קלאַװיאַטור נוצט די ייוו"א אויסלייג אותיות און נישט סתם די לשון קודשדיגע אותיות, עס איז אויסגעשטעטלט אז מ'קען אריינקלאפן די לאטייןישע שריפֿטן אויף אן ענגלישער קאמפיוטער קלאַװיאַטור און עס װערט איבערגעזעצט אויף ייִדישע שריפֿטן אויפן עקראַן אדער אַפּליקאַציע. עס האט אויך אַן אױסלײג־הגהה (Spell Check) צו פארעכטן אױטאָמאַטיש די גראמאטיק און אויסלייג פון אייערע גרייזיקע ווערטער לויט די ייוו"א כללים פון יידיש. דאס הייסט די יידישע שרייב-מאשינקע.

װעבגעשטעלטע ייִדישע װערטערבוך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט אויך ארויפגעלייגט אוריאל וויינרייכנס ווערטערבוך װעבגעשטעלט (אָנלײַן) פארן פובליק, און גיט דאָרטן גאַסט א פּאָר בלאָגן פֿון ייִדישיסטן, מיט נאך נוצליכע לינקען פאר יידישע תלמידים.

װעבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]