אוריאל וויינרייך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אוריאל וויינרייך (1926 - 1967) איז געווען א גרויסער וועלט באוואוסטער לינגוויסט אין קאלומביע אוניווערסיטעט. ער איז געבוירן אין ווילנא, (דאן איז דאס געווען אין פוילן היינט איז דאס די הויפטשטאט פון ליטע.) ער האט באקומען זיין דאקטאראט פון קאלומביע, און דערנאך ווייטער געשטיגן צו ווערן א לעקטאר דארטן, ספעצילעזירענדיג זיך אין יידיש שטודיעס, געזעלשאפט-לינגוויסטיק, און דיאלעקטיאלאגיע. ער האט געשתדלט די היינטיגע מער-אנגענומענע מהלך פון סימענטיקס, און ער האט רעדאקטירט די וועלט'ס איינפלוסרייכסטע יידיש-ענגליש ווערטערבוך וואס איז ארויסגעקומען אין יאר 1987 מיטן נאמען דער מאָדערן ענגליש-ייִדיש, ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך, ער איז שוין אבער געשטארבן פון קענסער אסאך יארן פריער נישט דערלעבנדיג איר פובליקאציע.

ער איז א זון פון מאקס וויינרייך וואס איז געווען פון די גרינדער פון ייוו"א אינסטעטוט.

ער ווערט פארעכנט איבער די וועלט אלס דער טאטע פון די מאדערנע יידישיסטן, און אין פילע קאלעדזשן איז דא קורסן צו לערנען אידיש מיט א ספעציעלע לערע טעכניק וואס טראגט זיין נאמען אוריאל וויינרייך שטודיע.

מאדערן ענגליש-יידיש, יידיש-ענגליש ווערטערבוך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וויינרייך שרייבט איבער זיין ווערטערבוך אין דער הקדמה איז איר פרינציפיעלער ציל צו אויסבעסערן דעם אידיש תלמיד אים צו געבן צוטריט צו דער שפראך פון דעם מאדערנעזירטן קולטיווירטן באנוץ שטאנדפונקט. עס איז אויסגעשטעלט אים צו באדינען אלס א וועגווייזער פאר די אידיאמישער באנוץ פונעם שפראך אין רעדן און אין שרייבן. זיך צו באגיין מיטן ווערטערבוך מוז מען קענען ענגליש און אביסל אידיש מיט א שטארקן ווילן דאס פארברייטערן אין פראזעס און אין וואקאבולאר.

פובליקאציעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • College Yiddish: An Introduction to the Yiddish Language and to Jewish Life and Culture (YIVO, New York, 1st edition 1949, 6th edition 1999), ISBN 0-914512-26-9.
  • Languages in Contact: Findings and Problems. New York, 1953. Reprint, Mouton, The Hague, 1963, ISBN 90-279-2689-1.
  • Say It In Yiddish: A Phrase Book for Travelers (with Beatrice Weinreich). Dover, New York, 1958, ISBN 0-486-20815-X.
  • מאדערן ענגליש-יידיש, יידיש-ענגליש ווערטערבוך. Modern English-Yiddish English-Yiddish Dictionary (Schocken, new paperback edition 1987), ISBN 0-8052-0575-6.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]