ראפיק על כארירי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ראפיק באהא על דין על כארירי (1טן נאוועמבער 194414טן פעברואר 2005) איז געווען א פרעמיער מיניסטער אין לבנון, און א טייקון. לויט פארבס מאגאזין, איז זיין פארמעגן געווען געשאצט אויף איבער 11 מיליארד דאלער.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כארירי איז געבוירן דעם 1טן נאוועמבער 1944 אין צידון. זיינע עלטערן זענען געווען ארעמע סוני מוסלמענער דארפסלייט. ער האט געלערנט אין דעם אמעריקאנער אוניווערסיטעט אין ביירוט. ער איז געווארן א בוכהאלטער פאר א פירמע וואס האט זיך באשעפטיקט אין בויען. ביי דעם לבנון ברודער קריג, איז ער רייך געווארן, ווען ער איז גערופן געווארן צו ארבעטן פאר סאודי אראביע, ער האט געבויט גראנדיעזע פראיעקטן, מעטשעטן, פאלאצן. ווען די בירגער קריג האט זיך גענדיקט, האט ער איבערגעבויט לבנון. ער האט באקומען סאודישע בירגערשאפט.

אין לבנון האט ער געהאט עטליכע ראדיא סטאנציעס, א טעלעוויזיע קאנאל, א פאפולערע צייטונג. אויך אין פראנקרייך האט ער געהאט ראדיא סטאנציעס.

כארירי איז געווען פרעמיער, פון 1992 ביז 1998, און פון 2000 ביז 2004. נאך מיינונגס פארשידענהייטן מיט סיריע, האט ער רעזיגנירט דעם 20סטן אקטאבער 2004.

ער האט דורכגעפירט ריזיגע פראיעקטן, נאכן קריג האט ער איבערגעבויט די צענטער פון ביירוט, ער האט געבויט א וואסער רער אין דרום לבנון, ביי די גרעניץ פון ישראל, פון א טייך וואס פליסט אריין אין ירדן טייך, ביי די צווייטע לבנונישע מלחמה, האט ישראל באמבאדירט די איינריכטונג.

אין 2004, האט די פאראייניגטע פעלקער, אים געשאנקען דעם פרעמיע, פארן ווידער אויפבוי פון לבנון.

זיין מארד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

14טן פעברואר 2005, איז ער אומגעקומען אין אן אויטא באמבע, וואס האט אויפגעריסן נאנט צו זיין מאטראקאדע, אכט מענטשן זענען אומגעקומען, ער און זיינע לייבוועכטער, אויך א פינאנץ מיניסטער, איז געווען צווישן די געהרגטע.

פאראנטווארטליכקייט פארן אטענטאט, איז געקומען פון א געוויסע "הילף און זשיהאד אין סיריע". די לעבאנעזער בירגער, און די וועלט האט אנגענומען, אז סיריע, שטייט אונטער זיין מארד. שטורמישע פראטעסטן זענען פארגעקומען אין לבנון קעגן סיריע, און אין 28 פעברואר האט די רעגירונג רעזיגנירט. די ערשטע מאל אין אראבישע וועלט, וואס א רעגירונג גייט אראפ פון בענקל אן ווילדע ראיאטן, אדער אויפשטאנד.

זיין זון סאאד על כארירי, האט איבערגענומען זיין פאטערס פאזיציע אין פאליטיק, און היינט איז ער פרעמיער מיניסטער.

פאראייניגטע פעלקער אויספארשונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וואליד זשומבלאט, דער פירער פון די דרוזן, אין לבנון. טענהט אז באשר על אסאד, האט געסטראשעט כארירי, אז אויב גייט ער ארויסצווינגען סיריע פון לבנון, וועט ער חרוב מאכן לבנון. זשומבלאט זאגט אז ווען ער האט עס געהערט, האט ער פארשטאנען אז באשר וויל אומברענגען כארירי.

די אויספארשונג איז אנגעפירט געווארן דורך דעטליוו מאלעס, אין זיין ערשטע רעפארט שרייבט ער, אז סירישע הויכבאאמטע, זענען מעגליך שולדיג, ער באשולדיקט אבער נישט קיינעם, ער פארלאנגט א פארלענגערונג, צו אויספארשן גרונטליכער די פרשה.

אין 30סטן דעצעמבער 2005, האט א וויצע פרעזידענט פון סיריע, אין אן אינטערוויו, דירעקט באשולדיקט אסאד, אינעם מארד פון כארירי. פארלאמענט מיטגלידער פון סיריע, האבן אים רופן אין געריכט, פארן פארראטן זיין מוטערלאנד.

די זיכערהייט ראט, האט אין אן אפשטימונג באשלאסן, צו קענען לייגן סאנקציעס, אויף א לאנד וואס שטערט די אויספארשונג, נאביע בארי, פון די שיא אמאל פארטיי, און נאסאראלא, האבן פארדאמט דעם באשלוס.

אויף דעם 23סטן מיי 2009, האט די צייטונג דער שפיגל, פון דייטשלאנד. באריכטעט אז כעזבאלא, איז שולדיג אינעם מארד אן קיין שום ספק, לויט א געהיימן באריכט פון די פאראייניגטע פעלקער. כעזבאלא לייקענט שטיין און ביין.