ראדערייד באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 51°30′03″N 0°03′08″W / 51.5008°N 0.0522°W / 51.5008; -0.0522
ראדערייד באן סטאנציע לאנדאנער איבערגרונט
בילד
(למפת גרויסלאנדאן רגילה)
 
ראדערייד באן סטאנציע
ראדערייד באן סטאנציע

לאקאציע פון ראדערייד באן סטאנציע אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Rotherhithe
יאר געעפנט: 1869
לאקאציע: ראדערייד
בארא: סאדארק
פארוואלטער: לאנדאנער איבערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: מזרח לאנדאן ליניע
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 2
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 1.107 מיליאן
2014-15 ארויף 1.199 מיליאן
2020-21 אראפ 0.453 מיליאן

ראדערייד סטאנציע (ענגליש: Rotherhithe) איז א סטאנציע אויף דער מזרח לאנדאן ליניע פון דער לאנדאנער איבערגרונט וואס געפינט זיך אויפן דרום ברעג פונעם טעמז אין ראדערייד, אין דער לאנדאנער בארא פון סאדארק. זי איז אין טראוולקארט זאנע 2.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די סטאנציע געפינט זיך נאנט צום דרום עק פונעם טעמז טונעל, וואס מארק אייזאמבארד ברונעל האט געבויט פאר פוסגייער אין די יארן 1825-1843, וואו שפעטער האט מען געלייגט שינעס פאר א באן אדורכן טונעל. מען האט געעפנט די סטאנציע אום 7טן דעצעמבער 1869 אויף דער מזרח לאנדאנער באן.

לאנדאנער אונטערגרונט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אונטערגרונט באנען פון די מעטראפאליטאן און דיסטריקט באנען האבן געדינט די סטאנציע צום ערשט אום 1טן אקטאבער 1884. שפעטער איז דער דאזיגער טייל פון דער לאנדאנער אונטערגרונט געווארן א באזונדערע ליניע, די מזרח לאנדאן ליניע. די לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע איז געווארן פארמאכט אום 22סטן דעצעמבער 2007.

לאנדאנער איבערגרונט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען האט באנייט די סטאנציע פאר דער לאנדאנער איבערגרונט און אום 27סטן אפריל 2010 האט געעפֿנט די נייע סטאנציע.

גאלעריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באדינונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די נישט־שפיץ שעה׳ן איז די באדינונג:

ליניעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פריערדיקע סטאנציע   לאנדאנער איבערגרונט נאציאנאלע באן לאנדאנער איבערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
מזרח לאנדאן ליניע
  געוועזענע באדינונג  
פריערדיקע סטאנציע   לאנדאנער אונטערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
מזרח לאנדאן ליניע
קיין שארדיטש