טעמז
פֿון װיקיפּעדיע
| טעמז | |
|---|---|
| דער טעמז אין לאנדאן ביי טורעם בריק | |
| לענג | 346 קילאמעטער |
| הייך פונעם טייכס קוואל | 110 מעטער |
| דרענאזש בעקן | 12,935 קוואדראט קילאמעטער |
| לענדער אין דרענאזש בעקן | ענגלאנד |
דער טעמז (ענגליש: Thames) טייך איז א הויפט טייך וואס פליסט אדורך דרום ענגלאנד. דער טייך פליסט דורך עטלעכע שטעט, צווישן זיי אקספארד, רעדינג, ווינדזאר און איבערהויפט, לאנדאן. ער פליסט אריין אין צפון ים.
דער טעמז איז דער צווייטער לענגסטער טייך אינעם פאראייניגטן קעניגרייך און דער לענגסטער טייך גענצלעך אין ענגלאנד. אין דעם טעמז זענען דא מער ווי 80 אינזלען.
צווישן די בריקן אריבער דעם טעמז זענען טורעם בריק, לאנדאנער בריק, מילעניום בריק, האנגערפארד בריק און וועסטמינסטער בריק.