לאנדאנער אונטערגרונט
דער לאנדאנער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט דעם גרעסטן טייל פון גרעסערער לאנדאן, ענגלאנד און עטלעכע ארומיגע געגנטן. ער איז די עלצטע אונטערגרונטיקע באן סיסטעם אין דער וועלט. די ערשטע ליניע איז געווען די מעטראפאליטאנע באן (היינט איז דאס א טייל פון דער האמערסמיט און סיטי ליניע), וואס האט געעפנט 10 יאנואר 1863.[1] אין אמת'ן 55% פון דער נעצווערק איז איבער דער ערד. רוב מענטשן אין לאנדאן רופן אים "דער טיוב" ( Tube) ווייל די טיפע טונעלן זעען אויס ווי א רערל (אויף ענגליש tube).
דער אונטערגרונט האט 275 סטאנציעס און די ליניעס זענען לאנג אינגאנצן 408 ק"מ,[2] אזוי איז דאס די לענגסטע אונטערגרונטיקע באן אויף דער וועלט. אחוץ די היינטיגע סטאנציעס זענען אויך דא אסאך פארמאכטע סטאנציעס. אין 2005–2006 האבן 971 מיליאן פאסאזשירן געפארן, און אין 2006–2007 מער ווי א ביליאן. אין מערץ 2007 האט מען געמאלדן אז יעדן טאג זענען דא מער ווי דריי מיליאן פאסזאשירן (אויף ארבעטסטעג א דורכשניט פון 3.4 מיליאן).[3]
זייט 2003 איז דער אונטערגרונט א טייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), דער פארוואלטער פון פילצאליקע טראנספארט פונקציעס אין לאנדאן, למשל די בארימטע רויטע טאפלדעקבוסן. פריער איז דער פארוואלטער געווען לאנדאן אונטערגרונט באגרענעצט, אן אונטערגעזעלשאפט פון לאנדאנער רעגיאנאלער טראנספארט.
אינהאַלט |
היסטאריע [באַאַרבעטן]
דער ערשטער אפטייל פון דער מעטראפאליטאנער באן און פון דעם לאנדאנער אונטערגרונט איז געווען צווישן פאדינגטאן און פֿארינגדאן, די ערשטע אונטערגרונטיקע שטאטישע באן פאר פאסאזשירן אויף דער וועלט. די ערשטע פאסאזשירן זענען געפארן 10 יאנואר 1863.[1] 41,000 פאסאזשירן זענען געפארן יענעם טאג, מיט א באן יעדן 10 מינוט; ביז 1880 האט די פארברייטערטע "מעט" געפירט 40 מיליאן פאסאזשירן א יאר. נאכער האט מען געעפנט אנדערער ליניעס גאנץ גיך; אין 1884 איז דער "אינער קרייז" (היינט די קרייז ליניע) שוין געווען קאמפלעט.
אין אנהייב האט מען געגראבן די טונעלן דורך שנייד-און-דעק. די שיטה האט מען געניצט אויך פאר דער דיסטריקט ליניע, וועגן דעם האט געדארפט אראפרייסן אסאך הייזער צווישן פאדינגטאן און בייזוואטער.
שפעטער האט מען פארבעסערט די מעטאדן און מען האט געגראבן די שפעטערדיגע טונעלן פיל טיפער, וואס הייסט טיפער-ניווא טונעלירן.
טראנספארט פאר לאנדאן [באַאַרבעטן]
אינפראסטרוקטור [באַאַרבעטן]
ליניעס [באַאַרבעטן]
דער אונטערגרונט האט 11 ליניעס. ביז 2007 איז געווען נאך א צוועלפֿטע ליניע, די מזרח לאנדאן ליניע, וואס איז געעפֿנט אום מיי 2010 אלס א טייל פון דער לאנדאנער איבערגרונט.
די פאלגנדע טאבעלע איז כולל יעדע ליניע; איר קאליר אויף די אפיציעלע טיוב מאפעס, ווען יעדע ליניע האט אנגעהויבן ארבעטן, דער ערשטער טייל געעפנט, זייט ווען די ליניע האט איר היינטיגן נאמען און וואסארא טונעל די ליניע ניצט.
| נאמען | מאפע קאליר | ערשט אפערירט |
ערשטער אפטייל געעפנט* |
נאמען זייט |
טיף | לענג /ק"מ |
לענג /מיילן |
סטאנציעס | רייזעס א יאר (000s) |
דורכשניט רייזעס א מייל (000s) |
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| בעקערלו ליניע | ברוין | 1906 | 1906 | 1906 | טיף ניווא | 23.2 | 14.5 | 25 | 95,947 | 6,617 |
| צענטראלע ליניע | רויט | 1900 | 1856 | 1900 | טיף ניווא | 74 | 46 | 49 | 183,582 | 3,990 |
| קרייז ליניע | געל | 1884 | 1863 | 1949 | אונטער איבערפלאך | 22.5 | 14 | 27 | 68,485 | 4,892 |
| דיסטריקט ליניע | גרין | 1868 | 1858 | 1868-1905 | אונטער איבערפלאך | 64 | 40 | 60 | 172,879 | 4,322 |
| האמערסמיט און סיטי ליניע | ראזע | 1863 | 1858 | 1988 | אונטער איבערפלאך | 26.5 | 16.5 | 28 | 45,845 | 2,778 |
| יוביליי ליניע | גרא | 1979 | 1879 | 1979 | טיף ניווא | 36.2 | 22.5 | 27 | 127,584 | 5,670 |
| מעטראפאליטאן ליניע | מאדזשענטא | 1863 | 1863 | 1863 | אונטער איבערפלאך | 66.7 | 41.5 | 34 | 53,697 | 1,294 |
| נארדערן ליניע | שווארץ | 1890 | 1867 | 1937 | טיף ניווא | 58 | 36 | 50 | 206,734 | 5,743 |
| פיקאדילי ליניע | טונקל בלוי | 1906 | 1869 | 1906 | טיף ניווא | 71 | 44.3 | 52 | 176,177 | 3,977 |
| וויקטאריע ליניע | העל בלוי | 1968 | 1968 | 1968 | טיף ניווא | 21 | 13.25 | 16 | 161,319 | 12,175 |
| וואטערלו און סיטי ליניע | טיל | 1898 | 1898 | 1898 | טיף ניווא | 2.5 | 1.5 | 2 | 9,616 | 6,410 |
| * וואו מ'ווייזט א יאר איידער דעם יאר "ערשט אפערירט", איז פשט אז די ליניע איז שוין געווען אפערירט אויף אן אנדער רוטע. | ||||||||||
דער אונטערגרונט באדינט 268 סטאנציעס, כולל 14 סטאנציעס וואס זענען דרויסן פון גרעסערער לאנדאן.
דער אונטערגרונט ארבעט נישט 24 שעה'ן אין טאג (אחוץ דעם ניי יאר טאג און אזעלכעס) ווייל רוב ליניעס האבן נאר צוויי גערעלסן (איינס אין יעדער ריכטונג) דעריבער דארף ער זיין פארמאכט ביינאכט אויף אויסהאלטונג. די ערשטע באנען הייבן אן בערך 4:30 פארטאגס ביז 1:30 נאך האלבער נאכט.
שטחים אן דינסט [באַאַרבעטן]
פון די 32 לאנדאנער באראס, זעקס זענען נישט באדינט פונעם אונטערגרונט. פינף דערפון זענען דרום פון דעם טעמז טייך: בעקסלי, בראמלי, סאטן, קינגסטאן און קרוידאן. איינע פון די סיבות איז אז אין דרום לאנדאן איז שוין געווען א גרויסע נעצווערק פון עלעקטרישע באנען, וואס זענען א חשובער טייל פון די דרום'דיקע באנען אין ענגלאנד.
דער זעקסטע בארא אן דינסט איז האקני, וואס איז אבער באדינט פונעם נייעם לאנדאנער איבערגרונד, א נייע באן סיסטעם וואס פירט די נארד לאנדאן ליניע און, זייט מיי 2010, די באנייטע מזרח לאנדאן ליניע.
אינטערנאציאנאלע פארבינדונגען [באַאַרבעטן]
דער אונטערגרונט באדינט היטרא פלוגפארט פאר נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע פליען; און סט פאנקראס אינטערנאציאנאל פאר אייראסטאר באנען אין דער אייראפעאישער יבשה.
ארומפֿארן [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ 1.0 1.1 History. Transport for London. דערגרייכט דעם 2007-03-31.
- ↑ Key facts. Transport for London. דערגרייכט דעם 2007-03-31.
- ↑ מוסטער:Cite press release