קעמל

פֿון װיקיפּעדיע
א דראָמעדאַר קעמל

א קעמל איז א בהמה מיט קאפיטעס אויף די פיס, פון דעם מין Camelus. דער קעמל וואוינט אין דעם טרוקענעם מדבר. דער אראבישער קעמל האט איין האָרב; ער וואוינט אין מערב אזיע און אין אפריקע. היינט זענען דא 14 מיליאן אראבישע קעמלען. דער באקטרישער קעמל האט צוויי הארבן און וואוינט אין צענטראל אזיע.

א קעמל קען לעבן ביז 40 אדער 50 יאר.

א געוואקסענער קעמל איז הויך 1.85 מעטער ביז דער פלייצע און 2.15 מעטער צום הארב. א קעמל קען לויפן 65 קמ"ש און קען האלט א גיכקייט פון 4.0 קמ"ש.