קוגל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לאקשן קוגל

קוגל (ענגליש: pudding) אן עסנווארג, די אלגעמיינע קוגל איז דער "קארטאפל קוגל" און דער "לאָקשן קוגל".

מענטשן מיינען אז דאס ווארט "קוגל" שטאמט פון לשון קודש ווארט "כעיגול", וואס מיינט "אזוי ווי א רינג", וויבאלד די ארגינעלע קיגלעך זענען געפורעמט קיילעכדיג. אבער אין אמת'ן דאס איז אן אריגינאל יידיש ווארט וואס באדייט א זאך מיט דער צורה פון א באל, גלייך ווי דייטשיש: Kugel.

פאראן צענדליקער אויב נישט הונדערטער סארטן קוגלען. קוגלען קענען זיין זיס, זאלציק, פארברענט, נאס, טרוקן, הויך, פלאטשיג, אדער סיי וועלעכע אנדערע פארעם. קוגלעך ווערן געמאכט פון פארשיידענע סארטן עסנווארג.

קוגלעך קענען צוטיילט ווערן אין עטליכע משפחות.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] טייג קוגל

[באַאַרבעטן] מעהל קוגל

[באַאַרבעטן] לאקשן קוגל

לאקשן קוגל איז געמאכט פון געקאכטע לאקשן מיט פארברענטע צוקער. די פוילישע מאכן דאס זיס און די ירושאלמער מאכן דאס שארף.

[באַאַרבעטן] קארטאפל קוגל

[באַאַרבעטן] אווערנייט קוגעל

אין די לעצטע צען יאר איז אין חרדישע ערטער צושפרייט געווארן דער געדאנק פון אווערנייט קוגל, וואס מיינט אז מען לאזט דעם קוגעל זיך באקן פאר סאך א לענגערע צייט ווי עס נעמט דאס עצם קאכן, צומאל פיר און צוואנציג שעה אבער אויף אן אופן אז עס זאל זיך נישט ממש פארברענען, דער רעזולטאט איז א קוגל וואס איז שטארק דורכגעבאקן מיט א מער טונקעלן קאליר.

דער טעכניק ווערט בעיקר גענוצט אויף קארטאפל קוגל, באריכטן פון ניצן דעם טעכניק אויף אנדערע קוגלען צייגן אז עס איז נישט גאר ווירקזאם.

[באַאַרבעטן] פרוכט קוגלען

[באַאַרבעטן] עפל קוגל

[באַאַרבעטן] ציבעלע קוגל

ציבעלע קוגל איז א מאכל וואס מען עסט אין סקווערער חסידות.

[באַאַרבעטן] ווען עסט מען קוגל

אסאך האלטן אז עסן קוגל איז א מצוה בפרט אויף שבת קודש. ס'איז באוואוסט דער גודל החשיבות וואס נשיאי עולם וגדוליהם האבן מייחס געווען צום עסן פון קוגל. בשעת מ'עסט אויך א געשמאקע קוגל, איז מען מקיים אויך מצות עונג שבת.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן