קאנאלא אויל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
קאנאלא אויל

קאנאלא אויל איז א בוימל וועלכע איז אויסגעטראפן געווארן אין קאנאדע אין די 1970ער יארן. דער בוימל איז נידריג אין זויער און ווערט באטראכט אלס איינע פון די געזונטסטע בוימלען וועלכע מען נוצט אין עסן. דער נאמען קאנאלא איז צוזאמענגעשטעלט ווי פאלגנד: די ערשטע דריי בוכשטאבן CAN רעפרעזענטירט דאס לאנד קאנאדע, די O מיינט בוימל (oil), און די לעצטע צוויי בוכשטאבן L און A זענען ראשי תיבות פון low acid.


אפשטאם און היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קאנאלא איז א זוימען וועלכע שטאמט פון אן אנדערע זוימען וואס רופט זיך רעפסיד. די סארט זוימען האט מען גענוצט הונדערטער יארן אין אזיע צו פראדוצירן א ריינע אויל וועלכע איז גענוצט געווארן אין היימען אלס ברענשטאף פאר די לאמטערנעס. ווען די סטים ענדזשין באן איז אויסגעטראפן געווארן איז רעפסיד געווען איינע פון די אוילן וואס איז גענוצט געווארן דערפאר און די פראדוקציע דערפון איז געוואקסן פילפאכיג.

דער קלימאקס פון רעפסיד האט דעגרייכט ביים צווייטן וועלט קריג ווען די וועלט האט געלעכצט פאר אייל וועלכע האט געטריבן די קריג מאשינען פון אלע וועלט מאכטן. טויזנטער פארמער האבן פארדינט שיין דערפון אבער זענען געבליבן אן ארבעט ווי נאר די מלחמה האט זיך געענדיגט און דער פארלאנג פאר רעפסיד איז געפאלן צו די נידריגסטע שטאפלן אין איר היסטאריע.

אין די 1970ער יארן האבן צוויי קאנאדישע פארמער פון דעם סאסקאטשעווען פראווינץ אויסגעטראפן קאנאלא אויל און האבן עס אנגעהויבן פארקויפן אין גרויסע קוואנטום וועלכע האט זיי רייך געמאכט. די קאנאלא זוימען איז לאנגע יארן געווען א ספעציעלער פראדוקט פון קאנאדע אבער עווענטועל האבן אויך אנדערע לענדער דאס אנגעהויבן פלאנצן.


געאגראפישע אויסשפרייטונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קאנאדע איז די גרעסטע פראדוצירער פון קאנאלא אויל מיט 5 מיליאן מעטריק טאנען פער יאר. די פאראייניגטע שטאטן איז צווייט מיט 3 מיליאן טאנען. קאנאדע עקספארטירט רוב פון איר תבואה קיין אמעריקע און אנדערע לענדער. אמעריקע נעמט צווישן 3 און 4 מיליאן טאנען קאנאלא און צוויי מיליאן טאנען ווערט געשיקט קיין אייראפע, יאפאן, מעקסיקא, כינע, טייוואן און פאקיסטאן.