פעטער פאל רובענס
פֿון װיקיפּעדיע
פעטער פאל רובענס (האלענדיש: Pieter Paul Rubens, [ˈpitər 'pʌul 'rybə(n)s] ;28סטן יוני 1577 - 30סטן מיי 1640) איז געווען א פלעמישער מאלער. ער האט געהאט א גרויסן סטודיא אין אנטווערפן. ער איז אויך געווען א דיפלאמאט.
ביאגראפיע [באַאַרבעטן]
רובענס איז געבוירן געווארן אין זיגן, דייטשלאנד צו זיין פאטער יאן רובענס און זיין מוטער מאריא פיפעלינקס. זיין פאטער איז געווען א קאלוויניסט, און די עלטערן זענען אנטלאפן פון אנטווערפן קיין קעלן אין 1568 נאך די רדיפות פון די פראטעסטאנטן ביי דער הערשאפט פונעם הערצאג פון אלבא איבער די שפאנישע נידערלאנדן. זיי האבן זיך געצויגן קיין זיגן אין 1570 און פעטער פאל איז געבוירן אין 1577. א יאר שפעטער אין 1578 זענען זיי זיך צוריקגעצויגן קיין קעלן. אין 1587 איז זיין פאטער געשטארבן, און אין 1589 איז זיין מוטער מיט אים צוריקגעצויגן קיין אנטווערפן.