דיעגא וועלאזקעז

פֿון װיקיפּעדיע
אייגענער פארטרעט פון דיעגא וועלאזקעז

דיעגא ראדריגעז דע סילוואַ אי וועלאַזקעז (שפּאַניש: Diego Rodríguez de Silva y Velázquez;‏ 6טן יוני, 15996טן אויגוסט, 1660) איז געווען א שפאנישער מאלער וואס איז געווען דער פירנדיקער קינסטלער אינעם הויף פונעם מלך פיליפ דער פערטער. ער איז געווען א קינסטלער פון דער באראקער תקופה, וויכטיק פאר זיינע פארטרעטן.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געבורטס פלאץ פון וועלאזקעז אין סעוויל

דיעגא וועלאזקעז איז געבוירן געווארן אין סעוויל, אנדאלוסיע, שפאניע, דאס ערשטע קינד פון יאאַא ראדריגעז דע סילוואַ און זשעראנימא וועלאזקעז.