פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע

פֿון װיקיפּעדיע
פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע
منظمة التحرير الفلسطينية
www.nad-plo.org
דגל פלשתינה

פּאַלעסטין באַפֿרײַונג אָרגאַניזאַציע (ענגליש: Palestine Liberation Organization ר"ת פל"א. העברעיש: הארגון לשחרור פלסטין ר"ת אש"ף) איז אן אָרגאניזאַציע וואס איר צוועק איז צו באַפֿרייען די פאלעסטינער פון מדינת ישראלס אייננעם. אין די ארגאניזאציע זיינען פאראייניקט עטלעכע נאציאנאלע־פאלעסטינע־באוועגונגען, די גרעסטע פון זיי איז פֿאַטאַך.

די פֿאַלעסטין־באַפרײַאונג־אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תשכ"ד (1964), און אין יאר ה'תשכ"ט (1969) איז יאסיר אראפאט באשטימט געווארן אלס איר פירער. יאסיר אראפאט, האט געדינט אלס מנהיג ביז זיין שטארבן אין יאר ה'תשס"ה (2004). נאך אים איז ראווכי פאטוך געווארן צייטווייליך דער פירער במשך 2 חודשים. נאך די 2 חודשים האט אבו מאזען געוווּנען ביי די וואלן און געווארן מנהיג.

לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן