עיבור יאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אן עיבור יאר איז א יאר (אין דעם יידישן לוח) ווען מען לייגט צו נאך א חודש אדער (אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר) ווען מען לייגט צו נאך א טאג. דער צווען פון צולייגן א חודש אדער א טאג צום יאר איז צוצופאסן דעם קאלענדאר יאר מיטן אסטראנאמישן יאר.

ס'איז דא נאך קאלענדארן וואס האבן אן עיבור יאר (אבער נישט אלע, למשל דער מוסולמענישער קאלענדאר האט נישט קיין עיבור יאר.

עיבור יארן אין יידישן לוח[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

<< >> אדר א'
נאר אין אן עיבור יאר

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג
ד ה ו ז ח ט י
יא יב יג יד טו טז יז
יח יט כ כא כב כג כד
כה כו כז כח כט ל

לוח לשנת ה'תשס"ח

אנווייז: יומא דפגרא

<< >> אדר ב'

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א
ב ג ד ה ו ז ח
ט י יא יב יג יד טו
טז יז יח יט כ כא כב
כג כד כה כו כז כח כט

לוח לשנת ה'תשס"ח

אנווייז: יו"ט תענית

אין דעם יידישן לוח לייגט מען צו אין אן עיבור יאר נאך א חודש צווישן שבט און אדר; דעם צוגעלייגטן חודש רופט מען אדר און דעם געוויינלעכן אדר רופט מען ואדר. היינט איז מען מער געוויינט צו רופן דעם צוגעלייגטן חודש אדר ראשון אדער אין שריפט אדר א' (טייטש "ערשטער אדר") און דעם געוויינלעכן אדר רופט מען אדר שני אדער אין שריפט אדר ב' (טייטש "צווייטער אדר").

א זון יאר האט בערך 365 טעג און א פערטל טאג (מער גענוי: 365.2422), אבער א לבנה יאר (12 מאל וואס די לבנה גייט ארום דער ערד) האט נאר 354 טעג און א דריטל (מער גענוי: 354.3747 טעג). חז"ל דרשענען דעם פסוק "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' " אז מען דארף היטן חודש ניסן צו געפאלן אין אביב, דערפאר האבן זיי קובע געווען צו מאכן אן עיבור יאר יעדע פאר יאר..

בכדי די לוח פון דער לבנה זאל זיך צופאסן צום זון קאלענדאר מאכט זיבן עיבור יאר יעדע 19 יאר. ביז בערך די ד'ק' יארן פלעג מען מעבר זיין די יארן אין דעם בית דין פון דעם נשיא,[1] אבער היינט איז דא א סדר וואס רופט זיך "מחזור קטן". דאס הייסט, אין א מחזור פון 19 יאר זענען דאס 3טע, 6טע, 8טע, 11טע, 14טע, 17טע און 19טע יארן עיבור יארן, און אלע אנדער זענען פשוטע יארן.

עיבור יארן אין דעם יוליאנישן און גרעגאריאנישן קאלענדארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער יוליאנישער קאלענדאר האט איין עיבור יאר (ווען פעברואר האט 29 טעג, אקעגן 28 אין א פשוטן יאר) יעדע פיר יאר; דאס איז צוגעפאסט צום חשבון אז א יאר האט 365 טעג און א פערטל טאג. דער גרעגאריאנישער קאלענדאר האט דאס פאראכטן, און האט 97 עיבור יארן אין 400 יאר.

עיבור יארן אין רוימישן קאלענדאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער אלטער רוימישע קאלענדאר האט געהאט נאר 11 מאנאטן—דער לעצטער מאנאט איז געווען יאנואר. אפיציעל האט מען צוגעלייגט א פעברואר פון 20 טעג יעדע אנדערע יאר.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]