סאפיע (גארטן)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

סאפיע איז א ריזיקער לאנדשאפט גארטן אין אומאן, אוקריינע מיט הערליכע וואסערפאלן, קוואלן א.א.וו. וואס איז צעשפרייט אויף 150 ק"מ.

דער גארטען איז גאר א שיינער, די וועגן זענען אויסגעהאקטן שטיינער, און צוגעגרייטע סארט ביימער, בלומען און גראזן, פון פארשידענע מיני סארטן. אין די זומער טעג איז א מחיה צו גיין שפאצירן דארט.

רוב מענטשן ווען זיי גיין איהר באזוכן קומן אהן נאר ביי די ערשטע אדער די צווייטער אפטיילונג, אבער עס איז זייער א גרויסער ריזיגער פארק, מען קען זיך דארט עטליכע מאהל פארלירן, עס געדוירט עטליכע שעה צו זעהן אלע אינטערעסאנטע פלאנצוגנען און ריזיגע אויסגעהאקטע שטיינער וואס עס איז דא אין איהר. ביים סוף פינעם גארטן געפינט א גרויסער בנין וואס דינט פאר א פארש צענטער פאר די לקאלאע איינוואוינער איבער פארשידענע מיני בלומען און פלאנצוגנען.

אינעם גארטען איז דא פארשידענע קליינע פארוויילונגס פלעצער, וויי ריידס, שיפן, רייטן מיט פערדן. א. א. וו.

דער גארטן איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר ה'תקנ"ו ; 1796 דורך א הערשער מיטן נאמען "פאטאטסקי" (Count Stanislaw Szczesny Potocki) וואס האט אויפגעשטעלט דעם גארטן אלץ א מתנה פאר זיין ווייב "סאפיע" און האט אנגערופן דעם גארטן נאך זיין ווייב.

דער גארטן איז דער דריטער שענסטער גארטן אין דער וועלט. ווען דער אמעריקאנער פרעזידנט ביל קלינטן איז געקומען באזוכן אוקריינא, האט מען איהם געפירט ער זאל זעהן דעם גארטען סאפיע.

היטלער אין גארטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אנשי אומן דערציילן אז היטלער איז צוויי מאל געווען אין אומאן, דאס צווייטע מאל איז ער געווען דארט איבערשמועסן קריג אגענדע און סטראטעגיע. דער פלאץ וואו מ'האט רוב איבער געשמועסט איז די "מרפסת אהבה" דער ליבשאפט פלאץ דארט אין דעם סאפיע גארטן, וואס די באשלוס האט אים געברענגט צום ענדגילטיגן פארלוסט פון דער מלחמה. (מ'זאגט אז ר' נחמן מ'ברסלב וואס ליגט דארט האט עס געפועל'ט.)

אידן מיטן גארטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ברעסלבער חסידים קומען זייער אפט באזוכן אין אומן, זיי פארן צו ר' נחמן'ס קבר ווואס ליגט אין אומאן. ביי זיי איז דא א מנהג צו קומען וויזשיטן דעם גארטן. ווייל ר' נחמן מברסלב האט געזאגט: "זיין אין אומאן און נישט זיין אין סאפיע?".


א טויער אינעם גארטן

וועב לינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]