סאנטא קלויז

פֿון װיקיפּעדיע

סאַנטאַ קלויז אדער סאַנטאַ קלאַוס (Santa Claus, אין רוב ענגליש רעדנדיקע לענדער), ווײַנאַכטסמאן (Weihnachtsmann, אין דייטשלאנד) אדער פֿאָטער ניטל (Father Christmas, אין דעם פאראייניקטע קעניגרייך) איז א פיקטיווער כאראקטער וואס איז אפשר באזירט אויף א טראדיציע וואס איז געווארן איינגעפירט דורך אייַנוווינער פון האלאַנד, און פארבונדן מיט ניטל אין די פאראייניקטע שטאטן.

לויט דער טראַדיציע איז ער א פֿריילעכער אַלטער מאַן וואס קומט פֿון לאַפּלאַנד אין רויטע קליידער (גרין לויט די סקאַנדינאַווישע לעגענדע) און פֿאָרט ארום דער וועלט אין א שליטן וואס ווערט געשלעפּט דורך פֿליענדיקע רעניפֿערן. סאַנטאַ קלויז'ס ראלע איז צו באַזוכן די היימען פֿון די גוטע קינדער, ברענגען זיי געשאַנקן און רעאַליזירן וואונטשן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סאנטא קלויז