שליטן

פֿון װיקיפּעדיע
אַ שליטן געשפּאַנט צו צוויי פֿערד

אַ שליטן אדער שליטען איז א פֿאָרמיטל וואס מען נוצט אין געגנטן מיט אייז אדער שניי. דער שליטן ווערט באַנוצט פֿאַר וועג-פֿאָרקער, לאַסט-דערפֿירונג אדער פֿאַרווייַלונג און ווינטער ספאָרטן. אין א טייל פֿאַלן, אַנדערע באָדנס וואס זענען גענוג גלאַט (ווי גראָז, בלאָטע און אַפֿילו גלאַטע שטיינער) קענען אויך ווערן טויגיק פֿאַר ספּעציפֿישע סארטן שליטנס.

א טייל שליטנס ווערן געמאַכט פֿאַר גליטשן לענגאויס באַרגאַראָפּן פֿאַר הנאה אדער ספאָרט. גרעסערע שליטנס ווערן אויך באַנוצט אַלס אמתע פֿאָרמיטלען, און זיי פֿאָרן אויף מאָטאָרן אדער ווערן געשלעפּט דורך בעלי חיים וואס קענען לעבן אין פֿאַרשנייטע געגנטן, אזוי ווי הינט און רעניפערן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שליטנס