סאטמאר ישיבה גדולה (קווינס)

פֿון װיקיפּעדיע
דער סאטמארער רבי, רבי זלמן לייב טייטלבוים, זאגט א דרשה אין דער סאטמארער ישיבה גדולה

סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס איז די צענטראלע ישיבה גדולה וואס שטייט אונטער דער פירערשאפט פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, סאטמארער רבי, געפינט זיך אין קווינס, ניו יארק.

די היסטאריע פון דער ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ישיבה האט זיך געעפנט אין יאר תש"ס נאכדעם וואס רבי זלמן לייב איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין וויליאמסבורג. זי האט זיך געעפנט מיט ארום 100 בחורים, אבער האט זיך זייער שנעל צעוואקסן, און איז היינט צוטאגס די גרעסטע חסידישע ישיבה איבער דער גאנצער וועלט, מיט אן ערך פון ארום 1000 בחורים.

די ישיבה סיסטעם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ישיבה איז צעטיילט אין חלקים, לויט די יארגאנג, די ערשטע יאר וואס מ'קומט אריין אין די ישיבה, וואס דעמאלטס איז מען בערך 17/18 יאר אלט, לערנט מען אין חלק א', דאס צוויייטע יאר לערענט מען אין חלק ב', די דריטע יאר לערענט מען אין חלק ג', אין פין דארטען אין וויטער איז אפציעל נישט דא קיין עלטערע חלקים, נאר מען בלייבט ביי די זעלבע מגידי שיעורים, אינטער די זעלבע מנהלים, אבער מיט דעם אלעם, הייסט א בחור וואס לערענט צום פערטען יאר אין ישיבה, א חלק ד' בחור, אין א בחור וואס לערענט צום פינפעטען יאר אין ישיבה, א חלק ה' בחור, וכו'.

יעדער חלק האט עקסטרע מנהלים, עקסטרע משגיחים, און פארשטייט זיך עקסטרע מגידי שיעורים.

איינגעשטעלטע אין ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איר אפיציעלער מנהל רוחני איז ר' נפתלי בלומענפעלד .

איר אפיציעלער משגיח איז ר' גרשון קליין.

דרויסנדיגער אויסקוק אויפן בנין

די מנהל כללי פין חלק א' איז ר' יעקב נחמן שטויבער .

די מנהלים פין חלק ב' זענען ר' אלישע רובין (בן ר' אריה לייבוש, בן אב"ד ציעשינאוו ז"ל,), אין ר' אהרן ווייס .

די מנהלים פין חלק ג' ד' וכו' זענען ר' ירוחם דייטש, אין ר חיים עזריאל גראס.

כ"ק גאב"ד ירשלים אין קווינס ישיבה

אין דער ישיבה געפונען זיך היינט צוטאגס איבער 120 איינגעשטעלטע, מגידי שיעורים, משגיחים, מנהלים, אויסער די פילע ארבעטערס און פארוואלטערס, א חלק דערפון אויסגערעכנט ווי פאלגנד:

נאמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ארונים אין זייער צייטונג דער בלאט רופט דאס מיטן נאמען קווינס ישיבה, און ביי די זאלונים ווערט דאס גערופען די ישיבה גדולה.