נייהייזל

פֿון װיקיפּעדיע

נייהייזל (סלאוואקיש: Nové Zámky; אונגאַריש: Érsekújvár ערשעקאיוואר; דײַטש: Neuhäusel) איז א שטעטל אין דרום־מערב סלאוואקיי, ביים נידריגן טייל פונעם גרויסן טייך דוניי, ביים ברעג פונעם נייטרע טייך. דאס שטעטל געפינט זיך 100 קילאמעטער פון בראטיסלאווא און 25 קילאמעטער פונעם אונגארישן גרעניץ.

צוויי דריטל פונעם שטעטל זענען סלאוואקישע בירגער, און איין דריטל אונגארישע בירגער. אינעם שטאט איז פארהאנען א קרייצבאן, און דערנעבן איז א פעלד פון טאַבּיק-פלאנצונג.

היסטאריע פון דעם שטאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פונעם 10טן יארהונדערט איז דאס שטעטל געווען אונטער דער עסטרייכער אימפעריע און קעניגרייך.

הערשט אין יאר 1561 איז דארט געווארן אויפגעבויעט א פעסטונג אין א 'שטערן פארעם', מיט די ציל זיך צו שיצן פון די טערקישער מיליטער. און ארום דעם פעסטונג האט זיך שפעטער פארמירט דעם שטעטל, וואס האט באקומען דעם נאמען; 'דער נייער פעסטונג'. און וויבאלד ס'איז געגרינדעט געווארן אין קריגס צייטן, ווען יענע שטעט זענען געווען פון צייט צו צייט אונטער אנדערע הערשאפטן, האט מען עס אנדערש גערופן אין פארשידענע שפראכן.

ביים סוף פונעם 16טן יארהונדערט ביז 1685, האבן די טערקן פארכאפט דאס שטעטל. אבער שפעטער האבן די אונגארישער פירער צוריקגענומען דאס שטעטל, און צעווארפן דעם פעסטונג, נישט צו דערלאזן דערמיט נאך א אויפשטאנד.

די עסטרייך אונגארישע אימפעריע האט אנגעהאלטן ביז יאר ביז 1918. אין יאר 1920, נאך וואס די עסטרייך אונגארישע אימפעריע איז צעפאלן געווארן, איז דאס שטעטל געווארן א טייל פונעם דעמאלט געווארענעם טשעכאסלאוואקיי, אז ס'געווארן צוזאמגעשטעלט טשעכיי מיט סלאוואקיי אינאיינעם. און ווידער ביים צווייטן וועלטס קריג, צווישן די יארן 19381945 איז עס אריין אונטער אונגארן. און נאכ'ן קריג ביז 1993, האט עס ווידער געהערט צו דער טשעכאָסלאָוואַקישער רעפובליק. אום 1 יאנואר 1993, האט זיך טשעכאסלאוואקיי צעשפאלטן פֿרידלעך אויף טשעכיי און סלאוואקיי.

די יודישע געמיינדע אין שטעטל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ס'געווען יארן וואס ס'איז איבערהויפט נישט געווען קיין יודן אינעם גאנצן שטעטל, צוליב די פארבאט פאר יודן צו וואוינען דארט, ווי ס'זענען געווען מינעראל גרוב פראדוקציעס, וואס מ'האט דערפון אסאך פארדינט.

די ערשטע יודן האבן זיך באזעצט דארט אינעם 18טן יארהונדערט, און די ערשטע קהילה האט זיך עמטליך פארמירט, אינעם 19טן יארהונדערט, וואס רוב פון זיי זענען געקומען פונעם דערבייאיגן שטעטל 'שוראַן'. ס'איז געווען צוויי באזונדערע געמיינדעס, ארטאדאקסן און נעאלאגן, אלץ רעזולטאַט פונעם היסטארישער שפּאַלט אינעם אונגערישער יודענטום אין יאר ה'תרל"א. און ביידע האבן פארמאגט גאר באזונדערע ערציאונגס אנשטאלטן פאר די יוגנט, ווייל ס'געווען א היבשע אונטערשייד צווישן די צוויי קהילות. אויך א באזונדערע יודישע פארטיי איז געווען דארט, וואס אירע קאנדידאטן זענען ערוועלט געווארן אינעם שטאט-ראט.

אום יאר תר"ץ האבן דארט געוואוינט 2,535 יודישע איינוואוינער, וואס זענען געווען אומגעפער 10% פראצענט פון די שטאט איינוואוינער.

ביים חורבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש די יודן פונעם שטאט זענען געווען אונטער דער אונגארישער רעגירונג, און נישט אונטער די דייטשע ראסיסטישע געזעצן, דאך האבן אויך די אונגארישער רעגירונג ארויפגעלייגט אנטיסעמיטישע געזעצן קעגן יודען, דערמיט צו צייגן סימפאטיע פאר די נאציס. זייערע עקאנאמישע קוועלער און ארבייט פארמיטלונג איז פארמינערט געווארן, און מ'האט אסאך יודישע מענער גענומען צו צוואנגס-ארבייט, פאר'ן געברויך פונעם קריג. דאך איז אנהייב נישט געווען קיין לעבנס געפאר און קיין דעפארטירונגען פאר יודען, אויסער ווער ס'האט נישט געהאט קיין אונגארישער בירגערשאפט, איז פארטריבן געווארן פון לאנד.

די דייטשע מיליטער האט הערשט איינגענומען אונגארן, אום מערץ 1944, און אנהייב אפריל האט מען דורכגעפירט א צענזוס אין שטאט, און ס'האט זיך געציילט 1,144 יודען אינעם ארטאדאקסישע געמיינדע, און 964 פון די נעאלאגישע געמיינדע.

אנהייב מאי איז געשטעלט געווארן א יודישער קאָמיטע אין שטאט, אנגעפירט דורך יאנוש בערנפעלד און לעאָ האָרבאַט. זייער ערשטע אקציע איז געווען - אינעם וואך צווישן 7 און 12 מאי - איבערצופירן די יודן אין געטאָ, ווי יעדע פאמיליע האט געקריגן איין צימער. אינעם געטא האבן זיי אויפגעשטעלט א שפיטאל, זיכערהייט דינסט, און הילף צענטער פאר אלע נויט געברויכן.

אנהייב יוני זענען אלע יודען פונעם געטא גענומען געווארן צום טראנספארט־צענטער אין שטאט, און אום 11 און אום 14 יוני, זענען זיי - צוזאמען מיט נאך אנדערע יודען פון די ארומיגע שטעט - אלעס צוזאמען 4,843 יודען, דעפארטירט געווארן אין צוויי טראַנספּאָרטן, קיין אוישוויץ.

נאכן קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום יאר 1944 ביים צווייטן וועלטס קריג, איז דער שטאט שטארק געשעדיגט געווארן דורך די אליאירטע קרעפטן. און נאכן קריג אום 1945, ווען 400 יודען וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג, האבן זיך אומגעקערט צוריק זייער שטעטל 'נאוועזאמקי', האבן זיי געפונען דעם שטאט אין א גרויסע חורבה. די נעאלאגישע שול און אלע ארומיגע געביידעס און הייזער זענען געווען פארניכטעט אינגאנצן, און בלויז דער ארטאדאקסישע שול איז געשטאנען גאנץ, און דער בית החיים נישט גערירט.

וויבאלד ס'נישט געווען ווי צו וואוינען, האבן זיך יודען אריינגעקליבן אינעם ארטאדאקסישן שול, און ארגאניזירט פון פריש עסן און וואוינונג פאר די היימלאזע יודען. מ'האט געמאכט א ליסטע פון ווער ס'קען העלפן, און ווער ס'דארף הילף, און אנגעהויבן צוריקשטעלן זאכן אין פלאץ. מ'האט צוריק געעפענט די מקוה, און כשר'ע יאטקע, און רעטונג דינסט און געהילף.

ס'איז אוועקגעשטעלט געווארן א מאנומענט אלץ אנדענק, און דערויף איז אנגעצייכנט אלע נעמען פון די קדושים פון נאוועזאמקי, וואס זענען ערמארדעט געווארן ביים קריג. א קליינער טייל דערפון, האט מען נאך געברענגט לקבורה אינעם שטאט, ווי מ'האט זיי באהאלטן אין א 'מאסן ברודער קבר'.

א יאר דערויף, אום 1946 האט ווידער פאסירט אנטיסעמיטישע אנגריפן קעגן זיבן יודען, דערפאר האט זיך אנגעהויבן אויסליידיגען די שטאט פון די געבליבענע יודען, ווייל דאס מערהייט האט זיך אנגעהויבן אוועקציען פון אייראפע אינגאנצן, ווער קיין ארץ ישראל, און אסאך קיין אמעריקא. און ביז'ן יאר 1949 איז שוין נישט געווען קיין מנין דארט.

צווישן די יארן ביז 1990, איז די שול געווען אומאפציעל - מער ווייניגער פארמאכט, און נאר דאן, אין די ניינציגער יארן, האט מען ווידער אנגעהויבן מאכן דארט מער מנינים, ווען יודען זענען צוריקגעקומען באזוכן דעם אלטן שטעטל.

אום יאר תשנ"ב איז די ארטאדאקסישע שול פריש רענארווירט געווארן, און איז היינט פאררעכענט אלץ א היסטארישע פלאץ, זייענדיג פון די געציילטע שולען אין סלאוואקיע וואס עקזיסטירן נאך, און זענען נאך היינט אקטיוו פאר לערנען און דאווענען.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]