נאהיט
פֿון װיקיפּעדיע
נאהיט (אדער ארבעס) איז א מין קטניות פון דער משפחה Fabaceae. דער פרי האט א סאך פראטעין. ער איז פון די ערשטע ירקות וואס זענען געווארן קולטיווירט, און מ'האט געטראפן שיריים דערפון אינעם מיטל מזרח וואס זענען אלט עטלעכע טויזנטער יאר.
[באַאַרבעטן] יידישע מנהגים
אשכנזישע יידן עסן נאהיט פרייטיג צונאכט, בפרט ביי א שלום זכר. ס'איז אויך א מנהג צו עסן נאהיט פורים.[1]
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ שו"ע אורח חיים תרצה סעיף ג, רמ"א: י"א שיש לאכול מאכל זרעונים בפורים, ובמגן אברהם: בלילה הראשונה