שלום זכר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שלום זכר אדער סעודת זכר אדער זכר איז א מנהג ביי אשכנזים צו האבן א צוזאמענברענגען פרייטיג ביינאכט נאכדעם וואס א יינגל ווערט געבוירן.[1]

עס איז דער מנהג צו טרינקען א לחיים פון ביר מיט נאהיט (ווייסע ארבעס) און "שלום-זכר באנדלעך"אדער וויין אדער בראנפען און נארמאל איז אויך אויסגלייגט קוכן מיט אנדערע נאשען. מענטשן זאגן א סימן צו עסן ארבעס ווייל עס שטייט אין בראשית (כ"ב, י"ז) "והרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים" און די ווארט "ארבה" איז ענדליך צו "ארבעס".

דעם טעם פארוואס מען מאכט א שלום זכור ווערט דערמאנט אין די ספרים איז כדי צו דערמאנען אז ווען דער זון ווערט געבוירן פארגעסט ער אלץ וואס ער האט געלערנט מיטן מלאך אונעם רחם פון דער מאמען. אבער געוויינליך איז עס גאנץ א פרייליכע צייט און מען ווינטשט אן מזל-טוב פאר דעם טאטן פונעם ניי-געבוירענעם.

נאך א טעם ווערט דערמאנט אז מען מאכט עס צוליב דער שמחה אז עס איז געבוירן א קינד, און עס גייט זיין א ברית פארן קינד, לויט דעם טעם איז פארשטענדליך פארוואס מען איז דאן פרייליך.


מקורות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. רמ"א אין שו"ע יורה דעה רסה סעיף יב