מרדכי מקלף
געבורט |
19 יאנואר 1920 מוצא, בריטישער מאנדאט |
---|---|
טויט |
22 פעברואר 1978 (אלט 58) ירושלים, ישראל |
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך, ישראל |
אַמט | שעף פון גענעראל שטאב |
מרדכי מקלף (1920 - 1978) איז געווען א ישראלדיקער גענעראל, און דער דריטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל. ער איז געווען קאמאנדיר פון ירושלים אלטשטאט ביים מלחמת השחרור.
ער איז געבוירן 1920, זיין פאמיליע האט געוווינט אין מוצא, א פארשטאט פון ירושלים, און ביי די תרפ"ט ראיאטן, איז זיין פאמיליע אומגעקומען, דורך די ארבעטער פון זיין טאטע, ער און זיין ברודער, און שוועסטער האבן איבערגעלעבט.
ער האט זיך אנגעשלאסן אין די הגנה, ווען ער איז נאך געווען יונג, און ער איז געווען א זעלנער אין די ספעציעלע נאכט רינגען, ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז ער געווען א סאלדאט אין די בריטישע ארמיי.
ביים זעלבסטשטענדיגקייט מלחמה, האט ער טיילגענומען, אין אייננעמען חיפה און די גליל.
נאכן מלחמה איז ער געווארן וויצע שעף אונטער יגאל ידין, און ווען יגאל ידין איז אראפ אין 1952, האט מקלף אים איבערגענומען, פאר בלויז איין יאר, זייענדיג די יונגסטע שעף אין ישראלס מיליטערישע היסטאריע.
נאכדעם איז ער אריין אין ציווילע לעבן, אנפירנדיג פארשידענע פאבריקן אין ישראל, ער איז געשטארבן 1978.
יעקב דורי · יגאל ידין · מרדכי מקלף · משה דיין · חיים לאסקאוו · צבי צור · יצחק ראבין · חיים בר-לב · דוד אלעזר · מרדכי גור · רפאל איתן · משה לוי · דן שומרון · אהוד ברק · אמנון ליפקין-שחק · שאול מופז · משה יעלון · דן חלוץ · גבי אשכנזי · בעני גאנץ · גדי אייזנקאט · אביב כוכבי · הערצי הלוי | |