מנחם נחום טווערסקי (מאקאראוו)
מראה
פאך | רב |
---|---|
רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ה - ז' תשרי ה'תרי"א), פון מאקאראוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחום איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי נחום אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע, אין דער שטאט מאקאראוו
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחום איז נפטר געווארן ז' תשרי ה'תרי"א, און ער ליגט אין מאקאראוו.
זיין פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נחום האט געהייראט מרת הינדא מאטיל א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ, פון טורטשין, א זון פון הרב יעקב יצחק פון לובלין, דער חוזה. זייערע קינדער:
- הרב יעקב יצחק טווערסקי ( - ל' ניסן ה'תרנ"ב), פון מאקאראוו. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל אבא שפירא, פון סלאוויטא, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אייגינטימער פון דעם באקאנטן דריקעריי אין סלאוויטא.
- הרב משה מרדכי טווערסקי ( - כ' טבת ה'תר"ף), פון מאקאראוו, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע רוקח (ה'תקפ"ה - כ"ג שבט ה'תרנ"ד), רב אין בעלזא.
- הרב דוד טווערסקי ( - כ"ד חשוון ה'תרס"ג), פון מאקאראוו, ער האט געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב אברהם טווערסקי (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט), פון טוריסק.
- הרב ישעיה טווערסקי ( - כ"ב חשוון ה'תר"ף), פון מאקאראוו, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים מנחם העשל פון זשינקאוו.
- מרת חיה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב ברוך מאיר טווערסקי ( - ה' אייר ה'תרע"א), פון זארינץ.
- מרת חיה, די ווייב פון הרב אשר פון סטאלין ( - ט"ו מנחם אב ה'תרל"ג). זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר טאכטער:
- מרת שיינא צביא די ווייב פון הרב צבי אריה לאנדא ( - י"א תשרי ה'תקע"ב), פון אליק
- מרת אדל, די ווייב פון הרב מרדכי מרגליות, פון דוסיבאר, א זון פון הרב מנחם נחום מרגליות רב אין מאציעוו.