מנחם אלון
מראה
געבורט |
1 נאוועמבער 1923 דיסלדארף, דייטשלאנד |
---|---|
טויט |
6 פעברואר 2013 (אלט 89) ירושלים |
מדינה | ישראל |
קבורה ארט | הר המנוחות |
מנחם אֵלון (כ"א חשוון ה'תרפ"ד, 1טן נאוועמבער 1923 - כ"ו שבט ה'תשע"ג, 6טן פעברואר 2013) איז געווען אַ פראפעסאר פון געזעץ, א ריכטער פון בג"ץ, דער העכסטער געריכטהויז אין ישראל, (1977- 1993) און א תלמיד חכם בוגר ישיבה.
ער האט געלערנט אין חברון ישיבה אין ירושלים און דערנאך אין דער תל אביב שולע פון געזעץ און עקאנאמיק. ער איז געווארן א לעקטאר אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
אין 1979 האט מען באלוינט אלון מיטן ישראל פריז, פאר יידישן געזעץ. אין 1983 האט ער זיך קאנדידירט פאר פרעזידענט פון ישראל.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אֵלון איז געבוירן געווארן מנחם פעטער אין דיסלדארף, דייטשלאנד, אין א פרומער פאמיליע. אין 1932 איז די משפחה אנטלאפן פון דייטשלאנד קיין האלאנד, און אין 1935 זענען זיי ארויף אין ארץ ישראל.