מייקל בלומבערג

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

מייקל בלומבערג (געבוירן פעברואר 14 1942) איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, פלינטאראפ און דער ב"ב פון בלומבערג נייעס. ער איז דער יעצטיגער און דער 108ער מעיאר פון ניו יארק סיטי.

[באַאַרבעטן] זיין לעבן

בלומבערג האט גראדואירט אין 1964 אלס אן אינזשניר אין דזשאנס האפקינס. ער האט שפעטער באקומען א ביזנעס דיפלאם אין הארווארד. און נאכ'ן גראדואירן האט ער אנגענומען א דזשאב ביי סאלמאן בראדערס אלס א קלוירק, פאר $9000 א יאר, ער האט זיך ארויפגארבייט און געווארן א שותף אין די פירמע.

נאכ'ן באזייטיגט ווערן אין 1981 האט בלומבערג גענוצט זיין 10 מיליאן דאלאר פארגיטיגונג צו שאפן די בלומבערג פירמע, וואס האט זיך ציוואקסען אלעס א ריזיגער מידיא עמפייער.

בלומבערג איז פון די וועלט'סט רייכסטע מענטשן, ער איז דער 34ער אין די פארבס מאגאזין 400 ליסט פון רייכע אמעריקאנער, און 142 און די רייכסטע מענטשן אין דער וועלט.


[באַאַרבעטן] זיין פאליטיק

ארגינאל איז בלומערג געוואן א דעמקאראט, ווען ער האט איינגעזעהן אז אלס דעמאקראט וועט ער נישט קענען געוואונען צו זיין מאיאר אין ניו יארק, האט ער איבערנאכט זיך געשטוישט און געווארן א רעפובליקאנער, דער ארויסגייענדיגע דעמאלטדיגער מעיאר דזשולאני האט איהם געשטיצט, און ער איז ערווילט געווארן אלס מאיער.

אין די ערשטע צייטן איז ער נישט געווען אזוי פאפולער, א לאנגע צייט זענען זיינע פאול נובמער געווען נידריג, אבער אלס א געניטער ביזנעסמאן האט ער ארויפגעארבייט די שטאט, היינט צו טאג שטייט די שטאט פינאציעל גוט, און דאס מאכט איהם פאפולער איבעראל. כאטש זיינע קאמוניקעשן טלאנטען זענען נישט זייער גוט.

ער האט אסאך מאל געהאט דורכפעלער, אסאך מאל האט ער געוואלט איינפירן זאכן אין די שטאט, וואס האט זיך איהם נישט איינגעגעבן, אבער מיט עקשנות גייט ער ווייטער אהן.

איינע פון די זאכן וואס ער וועט געדענקט ווערן איז אז ער האט באוויזן צו מאכן די עדיוקעשין דעפארטמענט זעלבסטשטענדיג נישט צו זיין אינטער געווארפן אונטער פארשידענע אינטרעסן גרופעס, אויך וויבאלד ער האט פינאצירט זיין קאמפיין צו ווערן מאיער, דארף ער נישט אנקומען צו רעפובליקאנער אדער דעמאקראטישער פארטיי, דעריבער טוט ער זאכן ווי אזוי איהם געפעלט.

עס דארף צוגעשריבן ווערן צו איהם דאס וואס ער האט פארשארפט דעם קאמפיין פון געבן טיקעט, זייט ער איז אריין אין אפיס טיילט די ניו יארקער פאליס פארקינג און וויעלעשאנס טיקעט אסאך מער ווי פאר דעם, דאס ברענגט אריין גאר אסאך געלד פאר די שטאט, אבער עס רעגט אויף אסאך איינוואנער און באזוכער פון די שטאט.

אין די לעצטע צייטן האט ער זיך צוריק ארויסגעצויגן פון די רעפבוליקאנער פארטיי און געווארן זעלבססטשטענדיגע אינדיפענדענט, מאנכע זאגט אז ער גייט זיך דערקלערן אלס פרעזידענט קאנדידאט.

Michael Bloomberg and his current girlfriend, Diana Taylor, at the 2006 Time 100 gala, as covered by video blog Rocketboom.


גאָר אַ רייכער ביליאנער, וועלכער האט געשפענדעט א סך געלט פון זיין אייגן פארמעגן צו ווערן דערוויילט אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי. סאיז אים געלונגען, פאר דעם פרייז פון עטליכע הונדערט דאלער א שטימע...

א פרייער איד וואס קען רעדן אביסעלע אידיש.

ער איז רייך געווארן אויפשטעלנדיג א נייעס אגענטור וואס דינט פינאנציעלע נייעס, און איז מיט דער צייט פארוואנדלט געווארן אין א קוואלן פון ידיעות פאר רייכע לייט, זיי צוהעלפן מיט אפדעיטס פון די מארקעט. היינט איז דער דאזיגער אגענטור א מעכטיגע מידיע אימפעריע.

ער איז גע'גט, און האט איין טאָכטער.

לויט אומבאשטעטיגטע שמועות, וואס ער וויל נישט אפלייקענען, גייט ער לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2008