פארבס

פֿון װיקיפּעדיע

פֿארבס איז אן אמעריקאנישע ביזנעס זשורנאל וואס ווערט ארויס געגעבן צווי מאל א וואך. די ארטיקלען באשרייבן פינאַנץ, אינדוסטריע, אינוועסטירן און פארקויף טעמעס.

דער זשורנאל איז ברייט באקאנט פאר זיין ליסטע פון דער וועלטס גרעסטע עשירים.

פארבס ביישרייבט אויך אנדערע זאכן ווי למשל טעכנאלאגישע ארטיקלען, קאמיונאקאציע מיטלען, וויסנשאפט, פאליטיק און געזעצן.

זייער הויפטקווארטיר איז אין דזשערסי סיטי, ניו דזשערסי.