לדלג לתוכן

לבנון טאל

פֿון װיקיפּעדיע
זחלה

דער לבנון טאל, (אראביש: البقاع, בעקאַאַ), איז א טאל אין לבנון, וואס געפינט זיך אין מזרח זייט פון לאנד, נאנט צו דער גרעניץ מיט סיריע. די צפון שפיץ פון דעם טאל קומט אן ביז טערקיי.

אין דער געגנט פון ביירוט איז די טאל ווייט פון מיטלענדישער ים 19 קילאמעטער. דער טאל איז ארומגענומען מיט בערג פון די צוויי זייטן, די לבנון בארג צו מערב, און די קעגן לבנון בערג צו מזרח.

דער טאל איז א המשך צו דעם חולה טאל אין ישראל, וואס גייט אריבער דער גרעניץ צו דעם איון טאל. די לענג פון דעם טאל איז 120 קילאמעטער, די דורכשניטליכע ברייט איז 16 קילאמעטער. צוויי טייכן קומען ארויס פון טאל, די ליטאני טייך, און די אאצי טייך וואס גייט אריבער צפון סיריע, וואו עס פאלט אריין אין ים.

די גרעסטע שטאט אין טאל איז זאכלא, וועלכע געפינט זיך צפון צו דעם ביירוט-דמשק שאסיי.

אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, איז דארט געווען אן אראביש קעניגרייך, פון דעם יטור שבט. יהודה אריסטובולוס דער ערשטער האט איינגענומען די געגנט, און עס איז דעמאלט געווארן א טייל פון דערחשמונאים מלוכה אין ארץ ישראל. די רוימישע אימפעריע האט עס שפעטער אוועקגענומען, אבער צוריקגעגעבן צו הורדוס.

אין די 1970ער יארן, נאכדעם וואס כוסיין קעניג פון יארדאניע האט ארויסגעטריבן די פאטאך פון יארדאניע, און די פאסירונג פון דעם שווארצן סעפטעמבער, איז די געגנט גערופן געווארן פאטאכלאנד. ביי דעם לבנון ברודער קריג, זענען פארגעקומען דארט ביטערע שלאכטן, דורך אלע פארטייען וועלכע האבן טיילגענומען.

נאד דער ערשטער לבנון מלחמה, ווען צה"ל האט ארויסגעטריבן די פאטאך, איז די געגנט געווארן פון די גרעסטע צענטערן אין דער וועלט, פאר נארקאטיקן ווי כאשיש און אפיום. היינט איז דער ראיאן באהערשט דורך כעזבאלא קעמפער.

די געגנט איז מערסטנס באנוצט פאר אגריקולטור, אין צפון טייל בעיקר פאר פאשע און בהמות, אין דרום טייל פאר ווייץ, קארן, גרינצייג, און גערטנער פאר וויינטרויבן.