דמשק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דמשק (אראביש: دِمَشقُ, דימאַשק, אויך באקאנט ווי الشام אַש-שאַם) איז די הויפטשטאט פון סיריע, עס געפונט זיך אין דרום מערב פון לאנד, נאנט צו די גרענעצן פון יארדאניע, ישראל, און לבנון, די שטאט פארמאגט פיר און א האלב מיליאן איינוווינער, אזוי איז דמשק די גרעסטע שטאט אין סיריע.

די שטאט איז 1800 פוס העכערן ים-פלאך, 50 מייל אריין פון דעם מיטלענדישן ים, די אלטשטאט איז געבויט אויף דער זייט פון דעם בעראדע טייך, די היינטיקע שטאט איז געבויט אויף ביידע זייטן.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שטאט ווערט שוין דערמאנט אין תנ"ך. לויט געוויסע איז אליעזר (עבד אברהם) פון דמשק. דוד המלך, האט מלחמה געהאלטן און איינגענומען דמשק. און שפעטער מלכי ישראל. דאס איז שוין 3,000 יאר צוריק.

די שטאט איז אריבער אסאך הענט, ווי די רוימער, גריכן אין די גאר אלטע צייטן, שפעטער אנדערע הענט, די אלטשטאט איז עטליכע מאל חרוב געווארן ביז צום גרונד. אין 638 האבן די אראבער איינגענומען די שטאט. אונטער דער הערשאפט פון סאלאדין אין דעם סוף פונעם 12טן יארהונדעטר איז דמשק געווארן די הויפטשטאט. די שטאט האט זיך ברייט אנטוויקלט מיט גרויסע פעסטונגען.

אין 1400 האט דער מאנגאלישער הויפטקאמאנדאנט, טימור, איינגענומען את דמשק און האט אים אונטערגעווארפן. ער האט פארטריבן א גרויסן טייל פון זיינע איינוואוינער אין זיין הויפטשטאט סאמארקאנד, און פון די וואס ער האט נישט פארטריבן האט ער אסאך געמארדעט.

נאך דער קורצער מאנגאלישער הערשאפט האט מען געבויט די שטאט פונדאסניי און זי איז ווייטער געווען א מאמלוקישע שטאט ביז 1516.

טערקיי, האט געוועלטיקט אין סיריע פאר 400 יאר, אונטער דער אטאמאנישער אימפעריע, איז די שטאט באוואוסט, און גרויס געווארן, וויבאלד זי געפונט זיך אויפן וועג קיין מעקא.

עס האט אנגעהאלטן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה, אויף דעם 1טן אקטאבער 1918, האבן אראבישע רעוואלט קעמפער געשטורעמט די שטאט, און אינעם זעלבן טאג, זענען אויסטראליע זעלנער אריין אין שטאט. די סירישע קאנגרעס האט געמאלדן איר זעלבסטשטענדיקייט, און אויפגענומען פייסל דער ערשטער, אלס איר מאנארך. אונטערן סייקס-פיקא פארשטענדעניש, האט סיריע זיך געפונען אונטערן פראנצויזישן מאנדאט. וואס איז באפולמעכטיקט געווארן דורך דער פעלקער ליגע, נאכן סאנרעמא קאנפערענץ. די פראנצויזן האבן אטאקירט, און חרוב געמאכט דמשק, און ארויסגעווארפן פייסל פון דמשק.

אין 1946 האט פראנקרייך ווידעראמאל פרובירט אטאקירן, אבער גרויסבריטאניע האט זיי אפגעהאלטן, און דערנאך איז סיריע געווארן זעלבסטשטענדיק, מיט דמשק די הויפטשטאט.

יידישע היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון דעם צווייטן בית המקדש, איז פארהאן עדות אויף א יידישן ישוב, אין דמשק. אסאך קראים, האבן זיך דארט געפונען און געמאכט די שטאט פאר א צענטראלע שטאט פאר זייער באוועגונג. אויך איז באוואוסט דער דמשק בלוט בלבול, וואס האט געברענגט צו אן עמיגראציע, וואס האט אנגעהאלטן ביז דער גרינדונג פון ישראל. היינט וווינען נאך יידן דארט, מיט בתי מדרשים, און שולן. אסאך שומרונים פלעגן צו וווינען דארט אינעם 17טן יארהונדערט, וואס נאכן אונטערגיין פון זייער קהילה, איז זייער בית מדרש אריבער צו יידן.