כוסיין קעניג פון יארדאניע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
כוסיין 1997

כוסיין קעניג פון יארדאניע (ה'תרצ"ו - ה'תשנ"ט ; 1935 - 1999) איז געווען קעניג פון יארדאניע זייט ה'תשי"ב (1952) ביז זיין שטארבן.

ער איז געווארן קעניג א יאר נאכן אטענטאט אויף זיין זיידן, אבדאללא קעניג פון יארדאניע, אין הר הבית.

אנהייב איז זיין טאטע טאלאל געווען קעניג, אבער מען האט אנטדעקט ביי אים א כראנישע קרענק, און ער האט רעזיגנירט.

ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה האט ער אטאקירט ישראל, און ישראל האט איינגענומען מזרח ירושלים, און די מערב ברעג, וואס איז ביז דעמאלט געווען אונטערן הערשאפט פון יארדאניע.

אין 1970 האט ער אונטערגענומען אן אפעראציע קעגן דער פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע, ווי דאס יארדענע מיליטער האט אומגעברענגט, צענדליקע טויזנטער פאלעסטינער, און די איבריגע טעראריסטן זענען אנטלאפן קיין לבנון, עס איז פארגעקומען אין סעפטעמבער, דערפאר רופט מען דעם סעפטעמבער, די שווארצע סעפטעמבער.

ביי דער יום כיפור מלחמה האט ער געווארנט ישראל, אבער זייענדיק געצווינגען צוצושטיין מיט די אנדערע אראבישע לענדער, האט ער זיך אנגעשלאסן אינעם קריג. אבער נישט פון יארדאניען טעריטאריע.

ער האט געמאכט שלום מיט דער מדינת ישראל אין יאר 1994. אין 1999 איז ער קראנק געווען אויף דער ביטערער מחלה, און געווען אין א שפיטאל אין מינעסאטע, און האט געגוססט א וואך צייט ביז ער איז געשטארבן.

זיין זון אבדאללא דער צווייטער, האט אים איבערגענומען אלס קעניג פון יארדאניע.