כאסני מובאראק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מובאראק, דער פערטער פרעזידענט פון עגיפטן

מוכאַמאַד כאסני מובאַראַק (געב' 4טן מיי 1928) איז געווען דער פערטער פרעזידענט פון עגיפטן, אין אמט פון 14טן אקטאבער 1981 א וואך נאכן געשאסן ווערן פון אנוואר סאדאט 6טן אקטאבער 1981 ביזן 11טן פעברואר 2011.

ער איז געבוירן אין על-מעסעלעכא, עגיפטן, צפון פון קאהיר אין 1928, צו א פאמיליע וואס האט זיך באשעפטיקט מיט לאנדארבעט.

אבער ווען ער איז עלטער געווארן, איז ער אריין אין דער אקאדעמיע פון פליער, און ביי דער זעקסטאגיקע מלחמה איז ער געווען א קאמאנדיר פון א לופט באזע. נאך דער מלחמה, איז ער געווארן באויפטראגט צוריק אויפצושטעלן די לופט כוחות, און ער איז געווארן דער שעף פון די לופט כוחות פון עגיפטן, און ביי דער יום כיפור מלחמה, איז עס שוין געווען אסאך שטערקער, און מער פארגעשריטן ווי בעפאר.

ער איז געוואקסן אין ראנג פון אינערהאלב די עגיפטען לופט פלאט רייען ביז ער איז געווארן וויצע פרעזידענט. און דערנאך פרעזידענט, מובאראק ווערט פארעכענט אלס איינער פון די שטערקסטע איינפלוסרייכסטע פירער אין מיטל מזרח אין אויף די אראבישע וועלט.

ווען אנוואר סאדאט איז געהרגט געווארן אין 1981, איז ער געווארן פרעזידענט פון עגיפטן, און זייענדיק איינער פון די מאכטפולסטער פירער פון דעם מיטל מזרח, און דער אראבישער וועלט, שפילט ער א ראלע אין די פאליטיק, אי בנוגע ישראל אי אין אנדערע עניינים.

ער האט רעזיגנירט פון אמט 11טן פעברואר 2011, און די ארמיי האט איבערגענומען דאס פירערשאפט אין לאנד.