אנוואר סאדאט
פֿון װיקיפּעדיע
אנוואר סאדאט איז געווען דער פרעזידענט פון עגיפטן, פון 1970 ביז 1981. דער אינזשעניר פון דער יום כיפור מלחמה.
ער איז געווארן פרעזידענט נאכדעם, וואס אבדעל נאצער איז געשטארבן אין 1970,
אין יאר 1977, ווען מנחם בעגין האט געווינען די וואלן אין ישראל, איז ער געקאמען באזוכן אין ישראל.
דערנאך האבן זיי ביידע אונטער געשריבן אויף א שלום אפמאך, אין קעמפ דעוויד מיט דזשימי קארטער.
ביי א צערעמאניע אין 1981, אפצוצייכענען אכט יאר צו דער יום כיפור מלחמה, איז ער געשאסן געווארן דורך אן איסלאמישן עקסטרעמיסט, פון דער מוסלעמענער ברודערשאפט, אלטזייענדיק 63, ער איז באוואוסט פאר זיין רעדע, מער נישט קריג, מער נישט בלוט פארגיסונג, וואס ער האט געהאלטן ביים שלום פראצעס מיט ישראל.
זיין נאכפאלגער איז כאסני מובאראק.