גאמאל אבדול נאסער

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
גאמאל אבדעל נאצער

גאמאל אבדעל נאצער (ה'תרע"ח - ה'תש"ל (יאנואר 15, 1918 - סעפּטעמבער 28, 1970)) איז געווען דער פרעזידענט פון עגיפטן פון ה'תשי"א (1951) ביז זיין שטארבן אינעם יאר תש"ל.

ער האָט געבויעט דעם אסואן דאמבע און צוריקגעקערט דעם סועץ קאנאל (וואס איז געווען אונטער די בריטישע מאכט) צו די עגיפטן. גלייך נאך דעם (ה'תשי"ז) האט אויסגעפלאצט דער סיני קריג צווישן ישראל מיטן הילף פון בריטאניע און פראנקרייך פון איין זייט, און מצרים פון צווייטן זייט. אין דער סיני־קריג איז מצרים דורכגעפאלן.


[באַאַרבעטן] זעקסטאגיקער מלחמה

נאסער איז געווען דער פאראנטווארטלעכער צום זעקסטאגיקער מלחמה (אין יאר ה'תשכ"ז) וואס האט אויסגעפלאצט נאך וואס נאסער האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין סיני און פארשיקט פון דארט די יו ען כדי צו אנשרעקן ישראל.

אין דער קריג האט נאסער פאראייניקט 3 אראבישע לענדער סיריע, יארדאניע און איראק צו קעמפן קעגן ישראל. די מלחמה האט זיך געענדיקט מיט מצרימס דורכפאל.

זיין נאכפאלגער איז אנוואר סאדאט.