לדלג לתוכן

טשעכאסלאוואקיי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון טשעכסלאוואקיע)
טשעכאסלאוואקיי 1969-90

טשעכאָסלאָוואקײַ[1] אדער טשעכאָסלאָוואקיע[2][3] (טשעכיש און סלאוואקיש: Československo; נאך 1990: Česko-Slovensko) איז געווען א סאווערענער שטאט אין צענטראל אייראפע פֿון אקטאבער 1918 (ביים פראקלאמירן איר אומאפהענגיקייט פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע) ביז 1992 (מיט א גלות רעגירונג אין דער צווייטער וועלט מלחמה פעריאד). אום 1 יאנואר, 1993, האט טשעכאסלאוואקיי צעשפאלטן פֿרידלעך אויף טשעכיי און סלאוואקיי.

טשעכאסלאוואקיי איז געווען א צוזאמשטעל פון עטלעכע לענדער נאכן ערשטן וועלט קריג ווען מען האט איבערגעטוישט די מאפע פון אייראפע איז געווארן פון די לענדער בעהמען און מעהרן און דער סודעטן געביט און אויבערלאנד אונגארן און נאך שטחים פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, פארמירט א ניי לאנד וואס האט געהייסן טשעכסלאוואקיי.

דער לעצטער פרעזידענט פון טשעכאסלאוואקיי איז געווען וואצלאוו האוועל.

גרונטיקע אינפארמאציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שטאַט:

  • 1918–1938: א דעמאקראטישע רעפובליק
  • 1938–1939: נאכן אנעקסירן פֿון סודעטנלאנד דורך דייטשלאנד אין 1938 געווארן א שטאַט מיט לויזע פארבינדונגען צווישן טשעכישע, סלאוואקישע און רוטענישע טיילן. א גרויסער פאס פון דרום סלאוואקיי און רוטעניע האט אונגארן אנעקסירט, און פוילן האט גענומען די זאאלזי ראיאן.
  • 1939–1945: צעשפאלטן למעשה אויף פראטעקטאראט פון בעהמען און מעהרן און די סלאוואקישע רעפובליק. לעגאליש איז טשעכאסלאוואקיי נאך געווען א לאנד מיט א גלות רעגערונג אין לאנדאן געשטיצט פון די מערב אליאירטער, נאך דער דייטשער אינוואזיע פון רוסלאנד אויך אנערקענט פון דעם סאוויעטן פארבאנד.
  • 1945–1948: א לאנד רעגירט מיט א קאאליציע ווען קאמוניסטישע מיניסטארן (כולל דעם פרעמיער מיניסטער און דעם אינערן מיניסטער) שפילן הויפט ראלעס
  • 1948–1989: א קאמוניסטיש לאנד מיט א פלאנירטער עקאנאמיע (פֿון 1960 אפֿיציעל א סאציאלישטישע רעפובליק):
    • 1969–1990: א פֿעדעראלישע רעפובליק באשטייענדיג פֿון דער טשעכישער סאציאליסטישער רעפובליק און דער סלאוואקישער סאציאליסטישער רעפובליק;
  • 1990––1992: א פֿעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק באשטייענדיג פֿון דער טשעכישער רעפובליק און דער סלאוואקישער רעפובליק

ארומיגע לענדער: דייטשלאנד (1945–1990: מערב דייטשלאנד און מזרח דייטשלאנד), פוילן, פֿון 1945 סאוויעטן פארבאנד (1992: אוקריינע), רומעניע (ביז 1939), אונגארן, עסטרייך

טשעכאסלאוואקיי 1920-38, טאפאגראפֿיש


עמיל זאטאפעק האט געווינען פיר גאלדענע מעדאלן אין אטלעטיק ביי דער אלימפיאדע, און ווערט גערעכנט איינער פון די בעסטער אטלעטן פון אלע צייטן.