טראנסניסטריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Coat of arms of Transnistria.svg
Flag of Transnistria (state).svg

טראַנסניסטריע, טראַנס־נעסטער אָדער בײַ-דנעסטריע איז א געגנט אין מאלדאווע וואס האט אויסגערופן אומאפהענגיקייט אין 1990.


געשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טראנסניסטריע געווען א טייל פון דער אןקריינישער סאוועטער רעפובליק. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט דייטשלאנד געשאנקן דעם געגנט פאר רומעניע, אלס דאנקבארקייט פאר רומעניעס אנשליסן זיך, אינעם קאמף קעגן רוסלאנד.

פאר דער מלחמה האבן געוווינט אינעם געגנט, אריבער א פערטל מיליאן יידן, און צענדליקע טויזנטער זענען אומגעקומען, דורך די איינזעצגרופע, און די ווערמאכט. ביז פרילינג 1943 זענען מער פון העלפט אומגעקומען, דורך נאציס און אוקראינישע קאלאבארירער.

דער רומענישער דיקטאטור, יאן אנטאנעסקא, האט פארטריבן 150,000 יידן פון מאָלדאָווע, בעסעראַביע, און בוקאווינע, קיין טראנסניסטריע, וואו די יידן זענען קאנצעטרירט געווארן אין געטאס און ארבעטס לאגערן, 90,000 יידן זענען געשטארבן פון הונגער, קעלט, און קרענק, דערנאך איז הילף פון יידישע ארגאניזאציעס אין רומעניע, אנגעקומען צו די יידן, און האבן אסאך געהאלפן צו די לעבנס געבליבענע.