וויני-דער-פו (יידיש בוך)
וויני-דער-פּו איז א יידיש-שפראך קינדער בוך באזירט אויפן בארימטן ענגלישן בוך מיטן זעלבן נאמען פון אלאן אלעקסאנדער מילן. דאס בוך איז געווארן געשאפן און ארויסגעגעבן דורך לעאנארד וואלף אין ניו יארק אינעם יאר 2000.
ס'איז שטארק באזירט אויף די ארגינעלע ערציילונגען אין די "פּו" ביכער, אבער האט פאָרט אייגענע באגריפן פין דער יידישער געשיכטע און ליטעראטור. דערפאר קען עס וואויל פאררעכנט ווערן אלס אייגענע ווערסיע און נישט בלויז אן איבערזעצונג.
כאטש וואס די שפראך איז יידיש, איז כמעט דאס גאנצע בוך געשריבן אין לאטיינישע בוכשטאבן; אויסער א שטיקל ביים אנהייב פון יעדן קאפיטל - בערך א האלבער בלאט - וואס איז געשריבן מיט לשון קודש'דישע אלף בית.
די צייכענונגען זענען די ארגינעלע פון ערנעסט ה. שעפּאַרד.
דאס בוך אנטהאלט בסך הכל 173 זייטן.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאלגנד זענען די צען קאפיטלען אינעם בוך:
- קאפיטל איינס: אין וועלכן מיר באקענען זעך מיט וויני-דער-פו און מיט עטלעכע בינען, און ס'הייבן זעך אן די מעשיות.
- קאפיטל צוויי: פּו גייט צו גאסט און קימט אן צו אַן ענגער פלאץ.
- קאפיטל דריי: פו און חזירל גייען אויף א געיעג און כאפן שיער-נישט א וויזעלע.
- קאפיטל פיר: איאַ פארלירט אן עק און פּו געפינט אן עק.
- קאפיטל פינף: חזירל באגעגנט א העפֿאַלומפּ
- קאפיטל זעקס: איאַ האט א געבורטסטאג און באקומט צוויי מתנות.
- קאפיטל זיבן: קאַנגו און רועלע קומען אינעם וואלד, און חזירל באָדט זיך אפ.
- קאפיטל אכט: קריסטאפער ראבין פירט אַן עקספּעדיציע צום צפון-פלאָקן.
- קאפיטל ניין: חזירל איז אינגאנצן ארימגערינגלט מיט וואסער.
- קאפיטל צען: קריסטאפער ראבין מאכט לכבוד פו'ען א שמחה, און מיר געזעגענען זעך.
לידער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ווארשעווער, ווארשעווער, ווארשעווער טאָרט
אייגנשאפטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- א באריכט אין ניו יארק טיימס וועהגן דער אויסגאבע אויף יידיש
- https://catalog.hathitrust.org/Record/003867860
- בא גוד-ריעד'ס https://www.goodreads.com/book/show/26531556-vini-der-pu-a-yiddish-version-of-winnie-the-pooh
וויני-דער-פּו | ||
---|---|---|
ביכער | ווען מיר זענען געווען זייער יונג (1924) • וויני-דער-פּו (ענגליש) (1926) • איצט זענען מיר זעקס (1927) • דאס הויז ביי פּו ווינקל (1928) • וויני-דער-פּו (יידיש) (2000) • צוריק צום הונדערט אקער וואלד (2009) | |
כאראקטערן | קריסטאפער ראבין • וויני-דער-פּו • סאווע • איאר • חזירל • רו • קאנגו • קיניגל • העפֿאַלומפּ • טיגער | |
פילמען | וויני-דער-פּו און דער האניג בוים (1966) • וויני-דער-פּו און דער שטורעמדיקער טאג (1968) • וויני-דער-פּו און טיגער אויך (1974) • די פילע אוואנטורעס פון וויני-דער-פּו (1977) • וויני-דער-פּו און א טאג פאר איאר (1983) • וויני-דער-פּו און פריינט (1985) • פּו'ס גרעסטער אוואנטורע: דער זוך פאר קריסטאפער ראבין (1997) • דער טיגער פילם (2000) • חזירל'ס גרויסער פילם (2003) • וויני-דער-פּו: פרילינג מיט רו (2004) • וויני-דער-פּו (2011) • קריסטאפער ראבין (2018) | |
מענטשן |