וואלט דיזני

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Newman Laugh-O-Gram (1921)

וואלטער עליאַס "וואלט" דיזני (ענגליש: Walt Disney; ‏5טן דעצעמבער, 1901 – 15טן דעצעמבער, 1966) איז געווען אן אמעריקאנער פילם פראדוצירער, רעזשיסאר, סצענאר שרייבער, אקטיאר, איניציאטאר, און פילאנטראפ, וואס האט געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם פעלד פון פארוויילונג אין דעם 20סטן יארהונדערט. מיט זיין ברודער רוי דיזני האט ער געגרינדעט וואלט דיזני פראדוקציעס, וואס איז שפעטער געווארן פון די בעסטע באוואוסטע פילם פראדוצירערס אין דער וועלט. היינט הייסט די פירמע די וואלט דיזני געזעלשאפט מיט יערליכע הכנסות פון USD $35 ביליאן.

דיזני האט געשאפן די קאריקאטורן מיקי מויז און דאנאלד דאק. ער האט אויך געשאפן דעם דיזנילאנד טעמע פארק.