וואונדער פון דער וועלט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די זיבן וואונדערס פון דער וועלט איז א ליסטע וועלכע ווערט גענוצט שוין טויזנטער יארן צו באצייכענען גאר וואונדערליכע מענטשליך געמאכטע סטרוקטורן אדער נאטורליכע ראיאנען. עס זענען פאראן פארשידענע ווערסיעס און יעדע פון זיי באשטייט פון זיבן וואונדער. דאס איז ווייל דער טערמין גייט צוריק זייער פרי אין היסטאריע און יעדעס מאל מען האט צוגעשטעלט אדער געטוישט א ליסטע איז דאס שטענדיג פארבליבן אלס די זיבן וואונדער פון די וועלט.

קיין איינע פון די ליסטעס האבן נישט קיין עמטליכקייט וואס מיינט אז זיי רעפרעזענטירן נישט די וועלט'ס וואונדער לויט יעדן אייניג. אבער די ליסטעס זענען שטארק אנגענומען און מען פאררופט אסאך איבער דעם.


ארגינעלע ליסטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע ליסטע פון די וועלט'ס זיבן וואונדער איז באקאנט געווארן מיט איבער 2,000 יאר צוריק אין די צייטן פון די לעצטע יארן פון די צווייטע בית המקדש. אין יענע צייטן האט די גאנצע וועלט (פון וואס מען האט געוואוסט) געוואוינט אין אייראפע, אזיע, און אפריקע און דער מיטל מזרח איז געווען די צענטער פון די וועלט פאר טויזענטער יארן. אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם מיטל מזרח און ווער עס האט געהערשט אין דער מיטל מזרח האט געהאט די איינפלוס איבער די גאנצע וועלט.

די זיבן וואונדער פון די וועלט איז באשטאנען פון זיבן האנט געמאכטע סטרוקטורן פון יענע צייטן אדער פריערדיגע צייטן וועלכע זענען געבויט געווארן ארום דעם מיטללענדישן ים. די ליסטע איז באקאנט געמאכט געווארן דורך איינע פון די גריכישע חכמים אין די שטאט צידון וועלכע איז היינט א טייל פון לבנון. די ליסטע איז ווי פאלגענד:


גרויסער פיראמיד פון גיזא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער גרעסטער פיראמיד געפינט זיך אין מצרים און שטייט נאך ביז'ן היינטיגן טאג. די פיראמידן זענען געווען א געוויסע סארט געבוי וועלכע די קעניגן אין מצרים, אריינגערעכנט די פרעה'ס, האבן זיך געבויט אין זייער לעבן פאר א פלאץ וואו זיי וועלן באגראבן ווערן מיט זייערע אוצרות. די פיראמידן האבן געהאט קליינע עפענונגן און נאכדעם וואס מען האט דארט באגראבן א קעניג האט מען פארשטאפט די לעכער וועלכע איז געבליבן פארמאכט אויף לעולם. דער גרויסער פיראמיד איז דער גרעסטער פיראמיד וואס איז געבויט געווארן ווייניגסענס 4,500 יאר צוריק לויט אפיציעלע שטודיעס. דער גרויסער פיראמיד איז הויך 481 פיס און פארמאגט א געשאצטע 2.3 מיליאן שטיינער וועלכע וועגן אינאיינעם 10 מאל וואס ביידע טווין טאוער געביידעס האבן געוואויגן.

הענגענדיגע גארטן פון בבל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען א האנט געבויטע גארטן מיט הויכע ביימער אין די טיפענישן פון בבל וואו עס זענען געווען ווייניג געוואוקסן. היסטאריע זאגט אז דאס איז געמאכט געווארן דורך נבוכדנאצר וועלכער האט דאס געלאזט בויען פאר זיין פרוי וועלכע איז געקומען פון א בערגיקע באוואקסענע ראיאן און ער האט איר געוואלט צופרידנשטעלן אין בבל וואו ער האט געהערשט. גארנישט האט נישט געהאנגן דארט נאר איז אזוי גערופן געווארן וויבאלד עס איז געווען די ערטשע אזא סארט געמאכט גארטן אויף א פאלשע בארג און קעניגליכע סטרוקטורן.


סטאטו פון זעוס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען א קונצליך געשניצטע סטאטו וועלכע האט רעפרעזענטירט די קעניגרייך אין גריכן. די גאנצע זאך איז באשטאנען פון צענדליגער סטאטוען מיט א 40 פיסיגע סטאטו אינדערמיט פון דער דעמאלטדיגער גריכישער קעניג.


מאסאוליעם פון מעסאלאוס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען א קעניגליכע געביידע וועלכע איז געבויט געווארן אין קאריא פאר איינע פון די גריכישע קעניגן. ארגינעל האט די פאלאץ געברויכט זיין פאר'ן קעניג אבער דער קעניג איז געשטארבן בעפאר עס איז געווען פארטיג און ער איז אין די ענדע דארט באהאלטן געווארן אינאיינעם מיט זיינע אוצרות.


קאלאסעס פון ראדס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען א סטאטו וועלכע די גריכישע האבן געבויט אלס א געטשקע. עס איז גשטאנען אינמיטן שטאט און איז לויט היסטאריקער געווען אזוי גרויס און הויך ווי די סטעטשו אוו ליבערטי.


ליכטהויז פון אלעקסאנדריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען א ליכטהויז ביים בארטן פון די שטאט אלעקסאנדריע אין מצרים און איז געבויט געווארן לויט זייערע חשבונות עטליכע הונדערט יאר נאך יציאת מצרים. די ליכטהויז איז געווען 440 פיס הויך זייענדיג די העכסטע סטרוקטור אין די וועלט אין יענע צייטן. אין 94' האבן וויסנשאפטלער געטראפן גרויסע טיילן פון די ליכטהויז אונטערן וואסער און האבן פארראכטן אלע שטודיעס דערוועגן.


טעמפל אוו ארטעמיסט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען א קירכע אין טערקיי וועלכע איז געבויט געווארן דורך די גריכישע און האט גענומען 120 יאר צו בויען. עס איז פארניכטעט געווארן שפעטער אין א מלחמה.

פון די 7 אויסגערעכנטע סטרוקטורן איז נאר איינס געבליבן ביז'ן היינטיגן טאג און דאס איז די גרעיט פיראמיד. אלע אנדערע זענען פארניכטעט געווארן במשך די יארן דורך ערדציטערנישן אדער דורך פייערן.


די מאדערנע ליסטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די מאדערנע זיבן וואונדער ליסטע איז באקאנט געווארן בערך 100 יאר צוריק ווי די מאדערנע ליסטע פון דער וועלט'ס זיבן וואונדערליכסטע פלעצער אדער סטרוקטורן צו זען. די ליסטע מישט אויס האנט געמאכטע זאכן און נאטורליכע ראיאנען. אט איז די ליסטע:


דער גרויסער פיראמיד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

גרויסע מויער פון כינע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז די וואונדערליכע מויער וועלכע איז געבויט געווארן אין כינע בערך 2,000 יאר צוריק אלס א מיליטערישע וואך מויער צו באשיצן דאס לאנד אין דעמאלטדיגע מלחמות. די מויער לויפט אויף א שטח פון נאנט צו 4,000 מייל אריבער שטעט און דערפער און ארויף אויף גאר הויכע בערג. די וואנט שטייט נאך היינט און איז איינע פון די סימבאלן פון כינע.


טאזש מאהאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער טאזש מאהאל א מאנומענט אין אינדיע וועלכע איז געבויט געווארן איבער 400 יאר צוריק. היסטאריקער זענען צעטיילט צו וואס דער סטרוקטור איז געבויט געווארן. טייל זאגן אז דאס איז געווען א פאלאץ פאר א קעניג און אנדערע זאגן אז דאס איז געווען א געבעט הויז. היינטיגע צייטן איז דאס א סימבאל פון אינדיע וועלכע ווערט גענוצט פאר סימבאלישע רעליגיעזע צוזאמענקומען.


סירענגעטי מיגראציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א ראיאן פון בערך 18,000 קוואדראט מייל אין אפריקע צווישן די לענדער טאנזאניע און קעניע. דער ראיאן איז זייער שיין באוואקסן אן פארמאגט אן א שיעור חיות און בהמות וועלכע וואוינען דארט. דער פלאץ איז בעיקר באקאנט צוליב די גרויסע מיגראציע פון ארום 1.5 מיליאן הערביוואר (חיות וועלכע עסן געוואוקסן אנשטאט אנדערע חיות ווי הערשן, עלעפאנטן א.ד.ג.) וועלכע מיגרירן קיין דרום יעדע אקטאבער און צוריק יעדע אפריל. אויף ביידע וועגן שפרייזן זיי אריבער די מארא טייך און דאס איז זייער אינטרעסאנט צו זען.


גאלאפאגאס אינזלען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א רייע אינזלן אין דרום אמעריקע וועלכע איז א טייל פון דאס לאנד עקוועדאר. די אינזלן זענען אלע געשאפן געווארן דורך וואולקאנען איבער א משך פון טויזענטער יארן און די לעצטע פון זיי איז געשאפן געווארן אין 98'.


גרענד קעניאן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די וואונדערליכע שטיינערדיגע ראיאן אין צפון אריזאנע מיט די קאלאראדא טייך וועלכע לויפט אין איר. דער ראיאן איז איבער 200 מייל לאנג און האט ברייטקייטן אנגעהויבן פון א פערטל מייל ביז 18 מייל. די בערג און טאלן איז הערליך שיין און ווערט באזוכט דורך צענדליגער מיליאנען מענטשן. די קעניאן פארמאגט א נאציאנאלע פארק.


מאקו פיקו[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אן אלטער שטאט געבויט אויף א הויכע בארג אין פערו וועלכע גרעניצט זיך מיט די וואלקענעס. די שטאט איז געבויט געווארן איבער 600 יאר צוריק דורך די אינקא אימפעריע וועלכע האבן געוואוינט אין אמעריקע בעפאר אייראפע האט אנדעקט דאס לאנד. היינט איז די שטאט א חורבן אבער איז וואונדערליך צו זען.

אמעריקאנער סאסייעיטי אוו ציווילע אינזשענירן ליסטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ליסטע איז די זיבן מענטשלעך געמאכטע וואונדער פון דער היינטיגער וועלט:


קאנאל טונעל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער קאנאל טונעל איז א וועלט באקאנטער אונטערוואסער באן טונעל אונטער דעם ענגלישן קאנאל וועלכע פירט א שנעל צוג באן צווישן קענט, ענגלאנד און קאלעע, פראנקרייך. דער טונעל איז די צווייטע לענגסטע רעילראוד טונעל אין די וועלט נאך די סייקאן טונעל אין יאפאן. דער טונעל איז 31 מייל לאנג וועלכע איז פארטיג געווארן אין 94'.


סי-ען טורעם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז געווען די העכסטע געביידע אין דער וועלט וואס געפינט זיך אין טאראנטא, קאנאדע. די געביידע איז באמת נישט געווען די העכסטע געביידע נאר עס אנטהאלט א לאנגע אנטענא וואס אינאיינעם דעגרייכט עס אלס די העכסטע סטרוקטור אין די וועלט זייענדיג 1,815 פיס הויך. עס איז בערך צוויי מאל די הייך פון די אייפעל טורעם אין פאריז. די געביידע איז זייער שמאל אין הויך און קען דורכמאכן שווערע ווינטן און ערדציטערנישן. מען זאגט אז די געביידע ווערט געטראפן פון 76 בליצן יעדעס יאר.

די בורזש געביידע אין דוביי האט דאס יאר איבערגעשטיגן די סי-ען טורעם און איז היינט די העכסטע געביידע אין די וועלט.


עמפייער סטעיט געביידע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

געפינט זיך אין די הארץ פון מאנהעטן און איז געווען די ערשטע רעקארד וואלקן קראצער אין אמעריקע און איז נאך דערווייל פאררעכנט צווישן די 20 העסטע געביידעס (דאס וועט נישט אנהאלטן לאנג וויבאלד עטליכע געביידעס וועלכע ווערן יעצט געבויט וועלן איר אפווישן פון די הויפט 20 ליסטע).

די געביידע איז 1,250 פיס הויך און איז צוריק געווארן די העכסטע געביידע אין ניו יארק זינט די טווין טאוערס זענען פארניכטעט געווארן. אויסער איר הויכקייט פארמאגט די געביידע א ספעציעלע חשיבות אין די עקאנאמישע וועלט צוליב די סארט ביזנעסער וואס האבן אירע אפיסעס אין איר.


גאלדן געיט בריק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די בריק איז געווען די לענגסטע סוספענשן בריק ווען עס איז פארטיג געווארן אין 937' און איז פארבליבן דער סימבאל פון די שטאט סאן פראנציסקא. די בריק איז 1.7 מייל לאנג און פארמאגט 4,200 פיס צווישן די צוויי טורעמעס. די בריק זיצט 220 פיס העכער'ן וואסער און די טורעמעס גייען ארויף 746 פיס העכער'ן וואסער אויבערפלאך.


איטעיפו דאמבע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז די גרעסטע היידרא-עלעקטריק סטאנציע פון די וועלט וועלכע ווערט געטריבן דורך א ריזיגע דאמבע וועלכע געפינט זיך צווישן בראזיל און פאראגועי. די דאמבע איז פארשטייט זיך געבויט געווארן דורך מענטשן אויף א וואסער שטרעקע פון איבער 5 מייל. די 18 היידרא-עלעקטריק סטאנציעס גיבן אינאיינעם ארויס 90 טערא-וואטס פן עלעקטריק קראפט.


נעדערלענדס פלייצ־פארטיידיקונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א גרופע געבויטע לעוויס און דאמבעס וועלכע באשיצן האלאנד פון פארפלייצונגען זינט א דריטל פון דאס לאנד זיצט אונטער'ן ים אויבערפלאך. דאס לאנד האט נאכאנאנד געליטן פון פארפלייצונגען און נאך א פארפלייצונג אין 953' האט מען אנגעהויבן בויען די באשיצונג נעטווארק.


פאנאמא קאנאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער פאנאמא קאנאל איז דער איינציגסטער וואסער דורכגאנג צווישן די פאציפישע און אטלאנטישע אקעאנען. די פראנצויזן האבן ערשט אנגעהויבן בויען דעם קאנאל אבער האבן זיך אנגעשטויסן מיט פראבלעמען, און אמעריקע האט דאס איבערגענומען אין דער ענדע פון דעם 19טן יארהונדערט. דער 48 מייל לאנג קאנאל איז פארטיג געווארן אין 1914 און איז באצייכענט געווארן אלס דעם גרעסטן מענשטליכן פראיעקט אין דער מאדערנער וועלט וועלכע איז דורכגעגאנגן אן א שיעור פראבלעמען און האט געקאסט דאס לעבן פון 27,500 ארבעטער.


נאטורליכע וואונדער ליסטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ליסטע איז געמאכט געווארן דורך די סי-ען-ען מידיא פירמע:


די גרענד קעניאן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

גרויסער באריער ריף[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער גרויסער באריער ריף איז דער וועלט'ס גרעסטע קאראל ריף (סארט אונטער-וואסער געוואוקסן וועלכע זאמלען זיך אן ביים בארטן) געפינט זיך אין קווינסלאנד, אויסטראליע. דער באריער איז איבער 1,200 מייל לאנג און קען געזען ווערן פון דעם קאזמאס. די באריער באשטייט פון 900 אינזלען און איבער 3,000 קאראל ריפן וועלכע געפינען זיך אלע נישט ווייט פון דער יבשה.

ריא דע זשאנערא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז די פארט פון די שטאט ריא דע זשאנערא, די צווייטע גרעסטע שטאט אין בראזיל. דארט געפינען זיך די שענסטע וואסער בארטנ'ס וועלכע ווערט באזוכט דורך צענדליגער מיליאנען מענטשן פער יאר.


בארג עווערעסט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די העכסטע בארג אין די וועלט וועלכע גייט ארויף 29,017 פיס העכער'ן ים אויבערפלאך. די בארג געפינט זיך אין נעפאל אין איז א טייל פון די הימעלייען בערג וועלכע ברייטערט זיך אויס ביז אריין אין כינע און אין אינדיע.


די ארארע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז די קאלירטע ליכטיקייט וועלכע ווערט טיילמאל געזען ביינאכט ביים צפון שפיץ פון די וועלט. די ליכטיקייט ווערט געשאפן פון עלעקטראנס שטויבלעך וועלכע טרעפן זיך מיט אטאמען אין די אויסער'ן אטמאספערע. דער געשעעניש קען נאר פאסירן אין די פאלאר ראיאן ביים צפון שפיץ פון די וועלט ווייל דארט געפינט זיך די מאגנאטישע פעלדער וועלכע גיבן ארויס אסאך עלעקטראנס צו די אטמספערע.


פאריקוטין בארג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א בארג אין מעקסיקא וועלכע טראגט מיט זיך די רעקארד פון די גרעסטע וואולקאן אויפרייסן פון וואס מען ווייסט. די בארג איז כסדר אקטיוו און איר לעצטע גרויסע אויפרייס איז פארגעקומען אין 952'.


וויקטאריע וואסער פאלן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס איז די וועלט'ס שענסטע וואסער-פאלן וועלכע איז טאקע פיל קלענער ווי ניאגארא פאלס אבער איז פיל שענער ווייל עס פאלט אין א שענערע פארעם און עס איז ארומגענומען מיט א שענערע פאנאראמע. דער וואסער-פאל איז ברייט א מייל און פאלט 420 פיס אריין אין א טאל. דער וואסער-פאל געפינט זיך צווישן די צוויי אפריקאנער לענדער זאמביע און זימבאבווי.

אנדערע ליסטעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויסער די אפיציעלע ליסטעס זענען פאראן א רייע אנדערע ליסטעס וועלכע זענען געמאכט געווארן אין די לעצטע 5 יאר. רוב פון די ליסטעס זענען צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך מידיא אנשטאלטן אבער עס איז שווער צו ערוועלן א ליסטע אלס די אפיציעלע ליסטע וויבאלד יעדע ליסטע רעפרעזענטירט אן אנדערע סארט וואונדער.


קריטיק איבער די ליסטעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וויבאלד אויף קיין איינע פון די ליסטעס האט מען נישט געפרעגט יעדן באזונדער איז פארשטייט זיך פאראן קריטיק אויף יעדע ליסטע און די קריטיק גייט צוריק ביז די ערשטע ליסטע. די ליסטע מאכער האבן שטענדיג געהאט נגיעות און זיכער געמאכט אז געוויסע זאכן גייען יא אדער נישט אריין אין די ליסטעס.

פון א אידיש'ן פונקט ברויך די ערשטע ליסטע קריטיקירט ווערן וויבאלד עס רעכנט נישט אריין די בית המקדש וועלכע איז לויט חז"ל געווען די שענסטע סטרוקטור אין די וועלט און האט געברענגט באזוכער פון איבעראל.