הערי עס טרומאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Harry S. Truman.jpg

הערי עס טרומאן (דעם 8טן מאי, 1884 - דעצעמבער 26, 1972), איז געווען 33טער אמעריקאנער פרעזידענט. ער האטגעדינט פון: אפריל 12 1945 ביז יאנואר 20 1953.

הערי טרומען איז געווען דער וויצע פרעזידנט פון זיין פארגייער פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, רוזעוועלט איז געשטארבן צום סוף פון אמעריקאנער קריג קעגן דייטשלאנד און טרומאן האט איבערגענומען, ער איז נישט געווען באקאנט אלס גוטער פירער, אבער מען האט גלייך געמערקט אויף אים סימנים פון א גוטן פירער, ער האט געענדיגט דעם קריג מיט דייטשלאנד און האט ווייטער געפירט דעם קריג מיט יאפאן ביז זי איז געווארן באזיגט.

ער איז געווען דער וואס האט אפגעמאכט מען זאל ווארפן די צוויי אטאם באמבעס אויף יאפנעזישע שטעט. ער איז אויך געווען ווער עס האט געגעבן די שטימע פון אמעריקא אין די יו ען אז עס זאל געגרידנט ווערן א שטאט אין ארץ ישראל דורך די ציוניסטישע פארטייען.

ווען ער איז געלאפן דאס צווייטע מאל פאר פרעזידענט איז ער שוואך געשטאנען אין די אנקעטעס מען האט געמיינט ער גייט פארלירן, ער האט אבער געוואונען, זייט דאן איז געבליבן אין דערהיסטאריע פון אמעריקא אז די קאנדידאטן ברעגנן פון איהם א ראיה אז אפילו מען שטייט שוואך פאר די וואלן דאך קען מען געוואונען.

גאנץ לעצטענס איז אנטפלעקט געווארן אז פערזענליך איז נישט געווען א גרויסער אידן ליבהאבער, אזוי ווי אסאך פון רוזעוועלט'ס קליקע, עס איז ערשינען א בוך ווי ער זאגט פאר א רעפארטער, איך קען דיך נישט אריין נעמען אין מיין פריוואטער היים, ווייל קיין איד האט נאך נישט איבערגעטרעטן מיין הויז.


פֿריערדיגער:
פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
1945 - 1953
נאָכפֿאלגער:
דווייט דעיוויד אייזנהאוער