פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רוזעוועלט אין 1933

פרענקלין דעלאַנאָ רוזעוועלט (30סטן יאנואר, 1882 - 12טן אפריל, 1945) איז געווען דער 32טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, א דעמאקראט. גער האט געדינט פון: 4טן מערץ 1933 ביז: 12טן אפריל 1945.

איידער זיין לויפן פארן פרעזידענטליכן פאסטן, איז ער געווען גאווערנאר פון ניו יארק, ווי ער האט זיך באקענט מיט די לאקאלע אימיגראנטן, וואס האבן אריינגערעכנט אסאך יידן, וואס האבן אים געשטיצט אין זיינע פאליטישע פארמעסטן. ביי זיין לויפן צום ערשטן מאל פאר פרעזידענט, האט ער פארגעשלאגן די נייע ארדענונג פלאן, וואס איז גערופן געווארן "ניו דיל", דורך זיינע פיינט איז עס גערופן געווארן "דזשו דיל", ער האט טאקע געהאט אין זיין אדמיניסטראציע אסאך יידן אין פארשידענע פאסטנס.

ער האט געליטן פון די פאליא קראנקייט, וואס איז א קראנקייט וואז שעדיגט די פוס, און דער באטראפאנער קען נישט גיין. ער האט געכאפט די קראנקייט אויגוסט 1921, ווען ער איז געווען אויף וואקאציע אין קאנאדע. רוזעוועלט איז אייביג געשטיפט געווארן אין א ראדשטול, און ערשט נאך זיין טויט האבן די אמריקאנער אנטדעקט אז זייער פרעזידענט איז געווען קראנק דורכאויס זיין גאנצע קאדענץ, אנדעם וואס זיי זאלן וויסן דערפון.

אין יאר ה'תרצ"ג האט ער איינגעפירט "די נייע ארדענונג" אלס א אויסלעזונג אויף די וועלט ווירטשאפט קריזיס ווען די בורסע אין USA איז אומגעפאלן אין יאר ה'תרפ"ט. דער געדאנק פון די נייע ארדענונג איז געווען צו אָפזאגן די אלטע עקאנאמישע מעטאד פון קאפיטאליזם, און לאזן די רעגירונג זיך אריין מישן אין די בירגערס פערזענליכע ווירטשאפט.

ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די פיר אויסגעצייכנסטע פרעזידענטן, וואס האבן געהערשט איבער די פאראייניקטע שטאטן.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מאנהעטן פראיעקט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – מאנהעטן פראיעקט

דעם 2טן אויגוסט 1939 האט אלבערט איינשטיין געוואנדן אין א בריוו צו רוזעוועלט אין וואס ער האט שטארק געווארענט וועגן דער מעגלעכקייט פון נאצי דייטשלאנד צו אנטוויקלען נוקלעארע וואפן. צוליב דעם בריוו האט דער פרעזידענט געהייסן פארשטארקן די פארשונג אין קערנפיזיק. דעם 7ט מערץ 1940 האט איינשטיין געשיקט רוזעוועלטן נאך א בריוו, כדי צו פרואוון מאכן גיכער פארוויקלעכן די אידעע.[1] רוזעוועלט האט אויפגעשטעלט א קאמיטעט וואס האט פינאנצירט די ערשטע פראבע פון יאדער-שפאלטונג אין קאלומביע אוניווערסיטעט אין ניו יארק. אין מיי 1942 האט מען אויפגעשטעלט דעם מאנהעטן פראיעקט וואס האט געארבעט אנטוויקלען נוקלעארע וואפן וואס זאל ברענגען א סוף צו דער מלחמה, אבער רוזעוועלט האט דאס נישט דערלעבט.


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]



פֿריערדיגער:
הערבערט קלארק האווער
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
1933 -1945
נאָכפֿאלגער:
הערי ס. טרומאן