לדלג לתוכן

הערי טרומאן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הערי ס. טרומאן)
הערי טרומאן
Harry S. Truman
געבורט 8 מאי 1884
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 דעצעמבער 1972 (אלט 88)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הערי עס טרומאן (ענגליש: Harry S Truman‏; 8טן מאי 1884 - 26סטן דעצעמבער 1972), איז געווען דער 33טער אמעריקאנער פרעזידענט. ער האט געדינט פון: 12טן אפריל 1945 ביזן 20סטן יאנואר 1953.

הערי טרומען איז געווען דער וויצע פרעזידנט פון זיין פארגייער פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, רוזעוועלט איז געשטארבן צום סוף פון אמעריקאנער קריג קעגן דייטשלאנד און טרומאן האט איבערגענומען, ער איז נישט געווען באקאנט אלס גוטער פירער, אבער מען האט גלייך געמערקט אויף אים סימנים פון א גוטן פירער, ער האט געענדיגט דעם קריג מיט דייטשלאנד און האט ווייטער געפירט דעם קריג מיט יאפאן ביז זי איז געווארן באזיגט.

ער איז געווען דער וואס האט אפגעמאכט מען זאל ווארפן די צוויי אטאם באמבעס אויף יאפנעזישע שטעט. ער איז אויך געווען ווער עס האט געגעבן די שטימע פון אמעריקא אין די יו ען אז עס זאל געגרידנט ווערן א שטאט אין ארץ ישראל דורך די ציוניסטישע פארטייען.

ווען ער איז געלאפן דאס צווייטע מאל פאר פרעזידענט איז ער שוואך געשטאנען אין די אנקעטעס מען האט געמיינט ער גייט פארלירן, ער האט אבער געוואונען, זייט דאן איז געבליבן אין דער היסטאריע פון אמעריקא אז די קאנדידאטן ברעגנן פון אים א ראיה אז אפילו מען שטייט שוואך פאר די וואלן דאך קען מען געוואונען.

גאנץ לעצטנס איז אנטפלעקט געווארן אז פערזענליך איז נישט געווען א גרויסער אידן ליבהאבער, אזוי ווי אסאך פון רוזעוועלט'ס קליקע, עס איז ערשינען א בוך ווי ער זאגט פאר א רעפארטער, איך קען דיך נישט אריין נעמען אין מיין פריוואטער היים, ווייל קיין איד האט נאך נישט איבערגעטרעטן מיין הויז.

פֿריערדיגער:
פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
1945 - 1953
נאָכפֿאלגער:
דווייט דעיוויד אייזנהאוער