דור שאבאשעוויץ

פֿון װיקיפּעדיע

דור שאַבאַשעוויץ איז אַ רוסיש־ישראלישער זשורנאַליסט און פּאָליטישער אַנאַליטיקער פֿון אַסטראַכאַן, וואָס פֿאָרשט די רעכטן פֿון עטנישע מינדערהייטן, מיגראַציע־פּראָצעסן און סעפּאַראַטיסטישע באַוועגונגען אין רוסלאַנד און צענטראַל־אַזיע. ער שרײַבט אויף ענגליש, ייִדיש און רוסיש.

ביאָגראַפֿיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שאַבאַשעוויץ איז געבוירן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון ליטווישן אָפּשטאַם אין רוסלאַנד. ער איז אַן אייניקל פֿון דער זשורנאַליסטקע אירינע פּרוס און אַן אור־אור־אורייניקל פֿונעם ייִדישן לינגוויסט און פּעדאַגאָג קאָנסטאַנטין (ישראל) זשיטאָמירסקי.

אינעם יאָר 2021 האָט ער באַקומען אַ מאַגיסטער אין סאָציאַל־אַנטראָפּאָלאָגיע. די טעמען פֿון זײַן דיסערטאַציע זענען געווען די שפּראַך און די עטנישע אידענטיטעט פֿון די אַסטראַכאַנער קאַזאַכן.[1]

הײַנט איז ער אַ שטענדיקער מחבר פֿון דער טאָטעריש־באַשקירישער דינסט פֿון רפֿע/רל, וואָס פּובליקירט נייַס פֿונעם וואָלגאַ־ראַיאָן, און אַ מיטגרינדער פֿונעם צפֿון־קאַספּישן אינסטיטוט. ער שרײַבט אויך אַרטיקלען וועגן געשיכטע, ייִדישע קהילות און גלות־שפּראַכן איבער דער וועלט פֿאַרן ייִדישן פֿאָרווערטס.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפֿערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Shabashewitz, Dor (2023). Kazakh as an Unwritten Language: The Case of Astrakhan Oblast.